(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט דערקלערט, אַז פֿון אויגוסט אָן וועט דער ערשטער מאָנטיק פֿון יעדער חודש זײַן אַן „אָפֿענער טאָג‟ פֿונעם מוזיי — מיט פֿרײַען אײַנטריט אויף דער הויפּט־עקספּאָזיציע און סעזאָן־אויסשטעלונגען. דער ערשטער אַזאַ „אָפֿענער טאָג‟ איז פֿאָרגעקומען דעם 3טן אויגוסט. די פּראָגראַם איז געווען געווידמעט דעם יוביליי פֿונעם אַרכיטעקט, וואָס האָט אויפֿגעריכט דעם בנין פֿונעם מוזיי — קאָנסטאַנטין מעלניקאָוו. מ׳האָט געפֿירט אַן אָפֿענע דיסקוסיע וועגן מעלניקאָווס קולטור־ירושה און זײַן באַטײַט פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿונעם סאָוועטישן אַוואַנגאַרד און אַרכיטעקטור בכלל פֿונעם 20סטן י”ה. אין דער דיסקוסיע האָט אָנטייל גענומען דער הויפּט־אַרכיטעקט פֿון מאָסקווע, סערגיי קוזנעצאָוו.
אין ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „צווישן צוויי וועלטן‟ גייט ווײַטער אָן די סעריע אָפֿענע רעפֿעראַטן וועגן דעם באַגריף פֿון טויט אין פֿאַרשיידענע קולטורן. דאָס מאָל איז די רייד געגאַנגען וועגן דער אייראָפּעיִשער קולטור פֿון מיטל־אַלטער און איר טראַדיציע פֿונעם „טאַנץ פֿון טויט‟, אַ פּאָפּולערער טייל פֿון קאַרנאַוואַלן. איינע פֿון די צענטראַלע אידייען אין דער קולטור פֿון שפּעטן מיטל־אַלטער, באַזונדערס נאָך די גרויסע פּעסט־מגפֿות, איז געווען די שטערבלעכקייט פֿון גוף און זײַן פֿאַרגעגנלעכקייט. וועגן דעם קערפּערלעכן און דעם גײַסטלעכן אַספּעקט פֿון טויט־באַזיניקונג אין אייראָפּעישן מיטל־אַלטער האָט דערציילט דער היסטאָריקער מיכאַיִל מאַזולס.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט — פֿון דער וועלט פֿון ייִדישער ליטעראַטור: אין דעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז אַרויסגעגאַנגען אַבֿרהם סוצקעווערס זאַמלונג דערציילונגען „דאָרטן וווּ עס נעכטיקן די שטערן‟. דאָס רובֿ דערציילונגען זענען איבערגעזעצט אויף רוסיש צום ערשטן מאָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.