די הויפּט־ידיעה וואָס ווערט אַרומגערעדט אין רוסלאַנד די וואָך, איז דאָס נײַע געזעץ וואָס די מלוכה האָט אַרויסגעגעבן, וואָס זאָגט אַז אָנהייבנדיק פֿונעם 6סטן אויגוסט וועלן אַלע פּראָדוקטן פֿון מערבֿ־לענדער וואָס זענען אָביעקטן פֿון סאַנקציעס, מוזן צעשטערט ווערן.
די ידיעה איז געוואָרן אַ טעמע פֿון נײַעס אויך אויף דער ייִדישער גאַס. אַ סך וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאָרגעלייגט ניט צו פֿאַרניכטן די פּראָדוקטן, נאָר זיי צו צעטיילן צווישן די אָרעמע. די דאָזיקע פּאָזיציע האָט געשטיצט אַלכּסנדר באָראָדאַ, דער צווייטער מענטש אין דעם רוסישן חב״ד. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּעטיציע צו דער מלוכה וואָס רופֿט איבערצוגעבן די פּראָדוקטן אין קינדער־היימען און וווילטעטיקע צענטערס, וואָס העלפֿן די היימלאָזע און אָרעמע.
עס גייט ווײַטער אָן די פֿערטע אַזוי גערופֿענע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיצע. לאָמיך דערמאָנען, אַז די רייד גייט וועגן אַן אויפֿטו פֿונעם רוסישן חב״ד אַרומצופֿאָרן איבער די ייִדישע קהילות, וואָס האָבן ניט קיין רבֿ און לייענען דאָרטן תּורה פֿון אַ ספֿר־תּורה, ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס וועגן יהדות, פֿאַרקויפֿן תּשמישי־קדושה, ביכער־פּראָדוקציע פֿונעם ייִדישן פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, אאַ”וו. די וואָך האָבן די „מיצווה־טאַנקען‟ דערגרייכט די סוף־פּונקטן פֿון זייערע מאַרשרוטן — קרים, אוראַל, וואָלגאַ, קאַווקאַז, שטעט פֿון צענטראַלער רוסלאַנד. זיי האָבן זיך באַגעגנט מיט דאָרטיקע ייִדן, פֿאָרגעלייגט זיי אַרויפֿלייגן תּפֿילין און הענגען מזוזות. אין קרים אָבער האָט די באַגעגעניש געהאַט אַ פּאָליטישן טעם. אין דער קרימער הויפּטשטאָט, סימפֿעראָפּאָל, האָט די אָנגעקומענע גרופּע אויפֿגענומען אַ מיטגליד פֿון דער קרימער רעגירונג זאַוּר סמירנאָוו ווי אויך היגע רבנים און פֿירער פֿון ייִדישע קהילות. די קרימער מלוכה האָט פּראָפֿיטירט פֿונעם וויזיט פֿון דער ייִדישער גרופּע: מע האָט עס פֿאָרגעשטעלט ווי איין אויפֿטו אין אַ גאַנצער לאַנגער ריי אויפֿטוען, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע רעליגיעס פֿון דער קרימער באַפֿעלקערונג. זאַוּר סמירנאָוו האָט דערקלערט: „אַנומלט האָבן מיר דווקא דאָ, אין גאַגאַרינער פּאַרק פֿון סימפֿעראָפּאָל, געפּראַוועט אין איינעם אַ חגא פֿון קרימער טאָטערן אָראַזאַ־בײַראַם, און הײַנט באַטייליקן מיר זיך אין אַן אויפֿטו פֿון דער ייִדישער קהילה. דאָס באַווײַזט, אַז קרים איז אַ טעריטאָריע פֿון שלום צווישן פֿעלקער…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.