דער תּחום־המושבֿ: מיט אַ יאָהונדערט צוריק

The Pale of Jewish Settlement: a Century Ago


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 07, 2015, issue of September 04, 2015.

אין יאָר 1913 האָבן די לייענער פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער צײַטונג „הײַנט‟ באַקומען, ווי אַ בײַלאַגע, אַ בראָשור, וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל „טשערטאַ אָסעדלאָסטי‟ (דער ייִדישער תּחום). די בראָשור האָט דערקלערט, צי ריכטיקער — דערמאָנט, די לייענער, אַז „די ייִדן זײַנען דאָס איינציקע פֿאָלק אין רוסלאַנד, פֿון וועלכן עס איז אָפּגענומען זײַן נאַטירלעכע רעכט אויסצוקלײַבן פֿאַר זיך אַן אָרט צום וווינען לויט זײַן פֿרײַען פֿאַרלאַנג‟. דער אַנאָנימער מחבר (אפֿשר איז עס געווען זלמן ווענדראָף, שפּעטער דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרווערטס‟) האָט ווײַטער געשריבן:

„לויט דער דאָזיקער גזירה האָבן ייִדן קיין רעכט נישט צו וווינען אין גאַנץ רוסלאַנד. זיי איז דערלויבט צו וווינען נאָר אין אַ קליינעם און באַגרענעצטן שטח פֿונעם גרויסן און ברייטן רוסלאַנד; נאָר אין געוויסע שטעט און שטעטלעך מעגן זיי וווינען. אין די אַלע איבעריקע שטעט איז עס זיי פֿאַרבאָטן. און אָט דער קליינער און באַגרענעצטער שטח, אָט די אַלע שטעט און שטעטלעך, וווּ ייִדן מעגן יאָ וווינען, ווערן אָנגערופֿן [אויף רוסיש — ג.ע.] מיט דעם נאָמען ‘טשערטאַ אָסעדלאָסטי’ אָדער, ווי עס ווערט באַצייכנט אין ייִדיש מיט העברעיִשע ווערטער — ‘תּחום־המושבֿ’.‟

דער תּחום־המושבֿ איז, בלי־ספֿק, אַ צענטראַלער עלעמענט אין דער גאַנצער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. דעם יסוד פֿאַרן „תּחום‟ האָט פֿאַרלייגט די קייסערינע יעקאַטערינאַ די צווייטע (אָדער די „גרויסע‟, ווי מע האָט זי גערופֿן), ווען זי האָט אין דעצעמבער 1791 אונטערגעשריבן אַ געזעץ, וואָס האָט ניט דערלויבט ייִדישע סוחרים צו באַזעצן זיך און פֿירן געשעפֿטן אין די „אינערלעכע‟ גובערניעס פֿון רוסלאַנד. אויף אָט דעם יסוד איז אין די קומענדיקע יאָרן אויפֿגעבויט געוואָרן אַ ריזיקער לעגאַלער בנין פֿון כּלערליי באַגרענעצונגען פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

די רייד איז געגאַנגען ניט בלויז וועגן דעם וווּ אַ ייִד האָט געהאַט דאָס רעכט צו וווינען און וווּ אים איז ניט דערלויבט געווען זיך באַזעצן צי אַפֿילו זיך באַווײַזן. דער תּחום־המושבֿ האָט אויף לאַנגע יאָרן — אין תּוך אַרײַן, ביז דער רעוואָלוציע אין 1917 — באַשטימט דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון רוסישע ייִדן און, בכלל, דעם עצם צוגאַנג צו דער „ייִדישער פֿראַגע‟.

בעת אין מערבֿ־אייראָפּע האָט די היסטאָרישע אַנטוויקלונג, בפֿרט אין 19טן יאָרהונדערט, געבראַכט, סוף־כּל־סוף, צו עמאַנציפּאַציע פֿון ייִדן, האָט מען אין צאַרישן רוסלאַנד אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדער וועג, וואָס ווערט הײַנט באַצייכנט ווי „סעלעקטיווע אינטעגראַציע‟. געמיינט האָט עס, אַז ס’רובֿ ייִדן האָט מען געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט אין דעם תּחום, און בלויז אַ קליינער חלק האָט געהאַט דעם מזל צו באַקומען אַ דערלויבעניש זיך באַזעצן מחוץ די „ייִדישע‟ געגנטן, בדרך־כּלל — די אַמאָליקע פּוילישע טעריטאָריעס, וואָס רוסלאַנד האָט געהאַט אַנעקסירט אין 18טן יאָרהונדערט.