ווי מיר ווייסן, האָבן ייִדן שוין לאַנג אַ שם, אַז זיי זענען אַרײַנגעטאָן אין געלט. די היסטאָרישע סיבות דערפֿון זענען נישט קיין סוד: אין גלות האָט די מאַכט, ספּעציעל דער קלויסטער, נישט געוואָלט, אַז קריסטן זאָלן לײַען געלט, האָט מען געזען, אַז לײַען זאָלן ייִדן.
מיט דער צײַט האָט מען אָנגעהויבן האָבן טענות צו ייִדן פֿאַר וואָס זיי אֵרבעטן נישט, נאָר פֿאַרנעמען זיך בלויז מיט געלט. ווי פֿלעג זאָגן מײַנער אַ באַקאַנטער: מע האָט אונדז אָפּגעשניטן די רעכטע האַנט, האָט מען שוין טענות, פֿאַר וואָס מיר שפּילן בלויז מוזיק פֿאַר דער לינקער האַנט… איז אויב ייִדן זענען פֿאַראינטערעסירט נאָר מיט געלט, הייסט עס, אַז פֿון אונדז נעמען זיך ווערטער פֿאַר געלט?
ניין, די כּלל־אייראָפּעיִשע עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע טערמינאָלאָגיע האָט מיט ייִדן נישט קיין שום שײַכות. פֿאַרקערט, כאָטש לײַען געלט האָבן אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות געמעגט נאָר ייִדן, האָבן זיך ייִדן אויסגעלערנט די מאָדערנע באַנקירערײַ דווקא בײַ אַנדערע. אויב קיין פּוילן, אַ שטייגער, האָט מען פֿאַרבעטן ייִדן, צום טייל, צוליב זייער קענטעניש פֿון געלט, האָט מען זיי אַוודאי נישט געדאַרפֿט האָבן אין מערבֿ־אייראָפּע, וווּ די גרויסע פֿינאַנציסטן פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה זענען גאָר געווען איטאַליענער. אַזאַ שטאָט ווי ווענעציע, וואָס איז אין יענער צײַט געווען אַ מלוכה פֿאַר זיך, האָט געפֿירט די גרענדע איבער אַ היפּשן טייל פֿון דער וועלט. איז נישט קיין וווּנדער, וואָס פֿון זיי שטאַמען אַ סך שייכדיקע ווערטער.
ס’וואָרט „געלט“ וואַקסט פֿונעם וואָרט „גאָלד“. ענלעך איז אויף פּויליש: złoto איז „גאָלד“, זייער וואַלוטע איז złoty, אויף מאַמע־לשון „גילדן“, אויך פֿון „גאָלד“. סײַ „גאָלד“, סײַ złoto נעמען זיך פֿונעם זעלביקן אינדאָאייראָפּעיִשן שורש. דאָס עבֿריתּישע „כּסף“, ווי אויך ס’פֿראַנצייזישע argent, ביידע טײַטש „געלט“, זענען קודם־כּל טײַטש „זילבער“. ס’פּוילישע pieniądze „געלט“ איז אַ קרובֿ פֿונעם ענגלישן pound און פֿונעם דײַטשישן Pfennig, וואָס ביידע זענען לײַווערטער פֿון לאַטײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.