מאַקס בלומענטאַל איז אַ ייִדישער-אַמעריקאַנער מחבר און זשורנאַליסט, וואָס האַלט קריטישע און פּראָוואָקאַטיווע מיינונגען בנוגע מדינת-ישׂראל.
מיט צוויי יאָר צוריק האָב איך אים אינטערוויויִרט נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן צווייטן בוך „גלית: דאָס לעבן און שׂינאה אין גרויס-ישׂראל” (Goliath: Life and Loathing in Greater Israel), וווּ ער האָט באַשריבן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, ווי איינע וואָס איז אָנגעשטעקט מיט ראַסיזם און מיליטאַריזם (//yiddish.forward.com/articles/173882/israel-the-goliath-in-a-new-book/ ). יענער אַרטיקל האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע רעאַקציע, און אַפֿילו די בכּבֿודיקע צײַטונג „דער אַטלאַנטיק‟ האָט טיילן דערפֿון איבערגעזעצט אויף ענגליש און דיסקוטירט (//www.theatlantic.com/national/archive/2013/12/pen-google-china-em-goliath-em-a-follow-up/282170/).
איצטער איז בלומענטאַל אַרויס מיט אַ נײַ בוך, „די 51־טאָגיקע מלחמה: חורבן און ווידערשטאַנד אין עזה‟ (The 51 Day War: Ruin and Resistance in Gaza), וועגן דער לעצטער ישׂראל-אָפּעראַציע אין עזה, וואָס אין ישׂראל ווערט עס גערופֿן „צוק איתּן‟ (פֿעסטע סקאַלע). אַנטקעגן דעם ישׂראלדיקן נאָמען, ניצט ער דעם נייטראַלן „די 51־טאָגיקע מלחמה‟, וואָס באַטאָנט דעם אויסנעמלעכן לאַנגן דויער פֿון יענעם בלוטיקן קאָנפֿליקט. אינעם נײַעם בוך שילדערט בלומענטאַל און אַנאַליזירט דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דער דאָזיקער מלחמה פֿון זומער 2014, אירע שרעקלעכע מענטשלעכע קאָנסעקווענצן, וכדומה.
אין דער הקדמה שטעלט ער שוין די פֿראַגע: „למאַי עזה?‟, און ער דערקלערט: „דער עזה-פּאַס איז אַ געטאָ פֿון קינדער. פֿון זײַנע 1.8 מיליאָן תּושבֿים, איז די מערהייט אונטער 18 יאָר אַלט. ס’רובֿ זענען קיין מאָל נישט אַרויס פֿון דעם ראַיאָן פֿון 360 קוואַדראַט-קילאָמעטער, וווּ זיי זענען געבוירן געוואָרן, אויפֿגעוואָקסן, און געבליבן פֿאַרשפּאַרט. ס’איז ניטאָ פֿאַר זיי קיין קלאָרע צוקונפֿט אויסער דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָקופּאַציע, וואָס האָט געדויערט כּמעט 50 יאָר, און אַ בלאָקאַדע, וואָס מע האָט אָפֿיציעל פּראָקלאַמירט אין 2007. די פֿאָרמאַטיווע יאָרן פֿון אָט די יונגע מענטשן זענען בולט באַצייכנט געוואָרן דורך דרײַ הויפּט מיליטערישע אָנגרײַפֿן…
דער גוואַלד אין עזה איז געוואָרן אַ ריטואַל… אַכציק פּראָצענט פֿון עזהס תּושבֿים זענען פּליטים פֿון מדינת-ישׂראל… יעדע [ישׂראלדיקע] רעגירונג האָט אָט די פּליטים אידענטיפֿיצירט ווי אַ דעמאָגראַפֿישע באַדראָונג, בפֿרט — אַז זייער אומקערן זיך צום היימלאַנד וועט באַדראָען ישׂראלס ייִדישע מערהייט און דעם עצם ציוניסטישן פּראָיעקט (ז’ 2).‟
אין די ווײַטערדיקע קאַפּיטלען ציטירט בלומענטאַל אַ ריי באַווײַזן פֿון דער גוואַלדיקער און העסלעכער רעטאָריק, וואָס האָט דעמאָלט געהערשט אויף דער ישׂראל-גאַס, און בפֿרט אויף דער ווירטועלער ישׂראל-גאַס — אַן אַטמאָספֿער, וואָס מע קען נאָך עד-היום פֿילן אַרום די לעצטע בולטע אינצידענטן פֿון ייִדישן טעראָר. איינער פֿון די ערגסטע באַווײַזן דערפֿון קומט פֿון איילת שקד, דעמאָלט אַ כּנסת-דעפּוטאַטקע פֿון דער רעכטער רעליגיעזער פּאַרטיי „הבית-היהודי‟ (די ייִדישע היים), און הײַנט — די געזעץ-מיניסטאָרין.
בלומענטאַל ציטירט שקדס דעמאָלטיקן זייער פּאָפּולערן „פֿייסבוק‟-פּאָסטירונג צווישן יונגע ישׂראלים. דאָרט האָט זי אָנגעשריבן בזה-הלשון: „די פּאַלעסטינער זענען ‘אַלע פֿײַנט-קעמפֿערס’, אַרײַנרעכענענדיק ‘די מאַמעס פֿון די שאַכידס [‘מאַרטירערס’ אויף אַראַביש], וועלכע שיקן זיי אין גיהנום אַרײַן מיט בלומען און מיט קושן. זיי דאַרפֿן נאָכגיין זייערע זין, ס’איז נישטאָ עפּעס מער באַרעכטיקט ווי דאָס. זיי דאַרפֿן נאָכגיין, און אַזוי אויך די פֿיזישע היים, וווּ זיי האָבן די שלאַנג אויסגעהאָדעוועט. אַנישט וועלן דאָרט אויפֿוואַקסן נאָך קליינע ׳שלענגעלעך׳.” (ז’ 17).
דאָס נישט-אונטערשיידן צווישן קעמפֿערס און ציוויליסטן, וואָס קומט צום אויסדרוק אין שקדס ווערטער, האָט כאַראַקטעריזירט ישׂראלס אופֿן פֿון קעמפֿן אין עזה. ס׳איז שווער צו באַנעמען די שרעקלעכע רעזולטאַטן פֿון יענער מלחמה: איבער דרײַ טויזנט עזה־אײַנוווינער זענען דערהרגעט געוואָרן דורך ישׂראל, און העכער ווי צען טויזנט — פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן (איבער דרײַ טויזנט קינדער בתוכם). שוין נאָך די ערשטע דרײַסיק טעג פֿון דער מלחמה האָט „די צאָל קינדער, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אין עזה, דערגרייכט 408 קינדער‟ (ז’ 135). אין גאַנג פֿון די גאַנצע 51 טעג האָט ישׂראל דורכגעפֿירט „83 לופֿט-אַטאַקן קעגן ציווילע הײַזער‟; דער רעזולטאַט פֿון די דאָזיקע אַטאַקן: „דרײַ אָדער מער משפּחה-מיטגלידער זענען דערהרגעט געוואָרן. צווישן די טויטע — 108 קינדער ייִנגער ווי 5 יאָר אַלט, און 19 עופֿעלעך. אין סך-הכּל, האָבן די ישׂראלדיקע אַטאַקן קעגן ציווילע הײַזער אומגעבראַכט כאָטש 844 פּאַלעסטינער אין משך פֿון דער מלחמה. 89 פּראָצענט פֿון די טויטע האָט די „איי־פּי‟ קאָנטראָלירט ווי „נישט-קעמפֿערס‟ (ז’ 135). אויף דער ישׂראלדיקער זײַט זענען, בסך-הכּל, דערהרגעט געוואָרן 72 מענטשן, אָבער נאָר 5 פֿון זיי זענען געווען נישט- קעמפֿערס.
„די 51־טאָגיקע מלחמה‟ איז בלומענטאַלס שאַרפֿסטע אײַנקלאָגונג קעגן ישׂראלס אויפֿפֿיר אין עזה, סײַ היסטאָריש-גערעדט, און סײַ מכּוח דעם הײַנטיקן טאָג. דער חרובֿדיקער עזה-פּאַס איז העט-ווײַט פֿון אויפֿגעריכט ווערן, און מע זאָגט אַז ס’וועט נאָך דויערן יאָרן לאַנג. צום באַדויערן, זעט אויס ווי ישׂראל וועט ווײַטער באַזאָרגן בלומענטאַלן מיט גענוג מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע קומענדיקע ביכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.