(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿרײַטיק, דעם 6טן אויגוסט, האָט די אַרגענטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער, גערעדט אין דער פֿאַבריק „מערצעדעס בענץ‟ בײַם דערעפֿענען אַ נײַעם סעקטאָר. אין איר רעדע, װאָס מען האָט איבערגעגעבן דירעקט דורך אַלע קאָמוניקאַציע מיטלען, האָט זי דערמאָנט, אַז די צװייטע װעלט־מלחמה איז אַ קאָנסעקװענץ פֿונעם װערסאַל־אָפּמאַך, און אַז היטלער איז געװען געצװוּנגען אָנצוהייבן דעם קריג ,צו פֿאַרטיידיקן די אינטערעסן פֿון דײַטשישן פֿאָלק. זי האָט נישט דערמאָנט דעם חורבן און אויך נישט, אַז אײַכמאַן איז אַרײַנגעקומען אין לאַנד מיט אַ פֿאַלשן נאָמען, און האָט גלײַך באַקומען אַרבעט אין דער דײַטשער פֿאַבריק ביז 1960, װען מען האָט אים געכאַפּט. די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט אויף אירע װערטער, אָבער פֿון דער רעגירונג האָט זיך קיינער נישט אָפּגערופֿן. דער עפּיזאָד פֿאַרשאַרפֿט דעם ריס צװישן ייִשובֿ און די רעגירונג.
אין דעם „האָלאָקאַוסט מוזיי‟ האָט זיך אָנגעהויבן דער סעמינאַר פֿאַר סטודענטן פֿון דעם געשיכטע־דעפֿאַרטאַמענט בײַ דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט. די פּראָפֿ׳ מאַרסיאַ ראַס פֿירט אָן מיטן װאַרשטאַט אויף דער טעמע „די טאָטאַלע מלחמה און די ענדגילטיקע לייזונג; און דער ׳דריטער רײַך׳ אין זײַן קאַמף קעגן די פּאָליטישע שׂונאים‟. מען װעט אויך פֿאַרגלײַכן די נאַצישע מעטאָדן אין הײַנטצײַטיקע רעזשימען.
דאָנערשטיק, דעם 6טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן דער מישפּט קעגן די באַשולדיקטע אין פֿאַרדעקן דעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. צװישן די באַשולדיקטע געפֿינען זיך: דער געװעזענער אַרגענטינער פּרעזידענט מענעם, דער באַזײַטיקטער ריכטער גאַלעאַנאָ, דער געװעזענער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ראובֿן ברכה, געװעזענע שפּיאָנען און פּאָליציי־באַאַמטע. דערװײַל האָט דער פּראָקוראָר אויסגערעכנט זײַנע אַרגומענטן, פֿאַר װאָס דאַרף מען פֿאַרמישפּטן די, װעלכע האָבן אַלץ געטאָן צו פֿאַרדעקן דעם ענין און אַפֿילו פֿאָרגעלייגט 400.000 דאָלאַר צו באַפֿרײַען די באַשולדיקטע איראַנער; און אַז די שולד זאָל פֿאַלן אויף דער פּאָליציי פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס. מען רעכנט, אַז דער פּראָצעס װעט דויערן אַ פּאָר חדשים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.