אָריענטאַציע

Orientation

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 14, 2015, issue of September 04, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ליליען דערציילט מיר ווײַטער, אַז אין פֿונק־קאַסערנע האָט יעדערער געמוזט אַרבעטן, אָדער אין קיך, אָדער בײַ אַנדערע לײַכטע שטעלעס אויף צו זײַן פֿאַרנומען און פֿאַרדינען אַ פּאָר גראָשן. אַ חוץ דעם, האָט מען געמוזט אַדורכגיין אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער (.C.I.C) — אַמעריקאַנער אויספֿאָרשונג־אַגענץ. די הײַנטיקע אויספֿאָרשונגס־ביוראָ רופֿט זיך, „סי. אײַ. עי‟.

ערשט דאָ האָב איך זיך גענומען דערמאָנען, אַז מיר זײַנען אויך געווען אינעם זעלבן טראַנזיט־לאַגער „פֿונק קאַסערנע‟. מען האָט מײַנע עלטערן אויסגעפֿאָרשט, דער עיקר, צי זיי זײַנען נישט קיין קאָמוניסטן. דער טאַטע איז אַדורך אַ רענטגען אויף די לונגען און מען האָט אים אָנגעזאָגט די ביטערע בשׂורה, נעמלעך, אַז מ’האָט געפֿונען אַ פֿלעק אויף איין לונג. ער האָט קיין מאָל נישט גערייכערט, שוין אָפּגערעדט פֿון לײַדן אויף די לונגען. אין צווישנצײַט האָט ער זיך דערוווּסט, אַז די דאָקטוירים נעמען „לאַפּוּווקע‟, כאַבאַר, הייסט עס, ווײַל אַז מ’שמירט נישט, פֿאָרט מען נישט. זעט אויס, אַז דער דאָקטער האָט זיך געלאַשטשעט אויף סיגאַרעטן. דער טאַטע האָט עס אים צוגעשטעלט, און נאָך דעם איז אַלץ אַוועק, ווי געשמירט.

איך געדענק אויך, אַז מען האָט אונדז געהייסן אַדורכשפּאַצירן זיך עפּעס דורך אַ משׂא־אויטאָ, וווּ מען האָט אונדז באַשפּריצט מיט עפּעס אַ פּודער. שפּעטער האָט מען זיך דערוווּסט, אַז ס’איז געווען די. די. טי., כאָטש מײַן חבֿרטע פֿאַרזיכערט מיר, אַז ס’איז געווען אַ מיטל קעגן לײַז.

זעלטן טרעפֿט, ווען צוויי פֿרויען שארית־הפּליטהניקעס האָבן אַזוי פֿיל געמיינזאַמס, ווי איך און ליליען. מיר רעדן ביידע מאַמע־לשון, פֿאַרשטייען זיך אויף אַ וווּנק, און געניסן איינס פֿון אַנדערן די לעצטע צען יאָר. זי דערציילט מיר ווי אַזוי זי איז צוגעקומען צו מיר:

„כ’האָב צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג וועגן די די. פּי.־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. בין איך געזעסן גאַנצע טעג אין ׳חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן. דער חבֿרה־מאַן, וואָס האָט מיר געהאָלפֿן געפֿינען מאַטעריאַל, האָט מיך געפֿרעגט, צי כ’וויל זען אַן אַלבאָם מיט לידער אין פֿיר שפּראַכן, וואָס אַ יונג מיידעלע האָט מיטגעברענגט מיט זיך קיין אַמעריקע? מיטאַמאָל האָב איך דערזען אַ האַנט־געשריבענעם אַלבאָם, און איך האָב אויסגערופֿן: מיר האָבן דאָך געזונגען די זעלבע לידער אין אונדזער פּליטים־לאַגער. ווער איז די פֿרוי? האָט ער מיר דערציילט, אַז דו וווינסט אין ניו־יאָרק, און מיר אַפֿילו דערלאַנגט דײַן טעלעפֿאָן־נומער.‟

ווי נאָר ליליען איז אַהיים געקומען האָט זי מיר אָנגעקלונגען, און מיר האָבן אָפּגעשטימט זיך צו טרעפֿן בײַ איר אין הויז אין „גרייט נעק‟. ס’איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ חנוכּה. כ’האָב געכאַפּט מײַן מאַשינקע און הײַדאַ קיין לאָנג־אײַלענד. סאַראַ פֿרייד, סאַראַ גדולה איז אונדז באַפֿאַלן, ווי מיר וואָלטן זיך ערשט געפֿינען נאָך לאַנגע יאָרן צו זײַן צעשיידט…

נאָך איר מאַנס טויט מיט אַ יאָר צוריק, האָט די „אָריענטאַציע‟ אָנגענומען אַנדערע פֿאָרמען סײַ פֿאַר איר און סײַ פֿאַר מיר. איך האָב דערווײַל זיך געזעגנט מיט דער שיינער דירה מײַנער אין ריווערדייל און זיך אַריבערגעצויגן קיין פֿלאָרידע. מיט איר איז די „אָריענטאַציע‟ צוגעגאַנגען שווערלעך; זי געבליבן איינע אַליין, אָנגעוווירן איר מאַן און די שותפֿטע צום שפּאַציר. בין איך איצט מקנא די נײַע אימיגראַנטן פֿון די לאַטיין־אַמעריקאַנער לענדער. זיי נייטיקן זיך נישט אין „אָריענטאַציע‟, ווײַל זיי וווינען אין קאָמפּאַקטע־געגנטן, מיט אייגענע, וואָס רעדן זייער אייגענע שפּראַך, מיט קינדער, וואָס כאָווען זיך מיט באָבעס און זיידעס און נאָענטע קרובֿים.

אין אונדזער פֿאַל איז עס יאָ געווען מעגלעך מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, ווען מיר, די שארית־הפּליטה האָבן אויך געוווינט אין קאָמפּאַקטע־געגנטן, איזאָלירט, געהאַלטן זיך צוזאַמען, גערעדט אַ געמיינזאַם לשון און נישט געדאַרפֿט אָנקומען צו קיין שום „אַריענטאַציע‟; מיר האָבן זיך גאַנץ גוט אַן עצה געגעבן אָן די אַמעריקאַנער שכנים, קרובֿים און באַקאַנטע, און צוגעקומען אויף אייגענער האַנט צום „אַמעריקאַנעם חלום‟.