(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין די לעצטע 2500 יאָר האָבן די סירענעס כּסדר געדראָט מיט זייערע געזאַנגען דעם ייִדישן פֿאָלק, און די פֿראַגע איז, צי די מיטלען, װאָס די פֿריִערדיקע דורות האָבן געפֿונען צו פֿאַרשטאָפּן זייערע אויערן און בלײַבן צוגעבונדן צום מאַסטבוים, זײַנען געלונגען. אַ פֿאַקט איז אַז, נישט געקוקט אויף די שחיטות און אַסימילאַציעס, איז דאָך געבליבן אויף דער װעלט אַ הײַפֿל ייִדן, װאָס איז שטאָלץ מיט זייער ייִדישקייט, שעמען זיך נישט צו דעפֿינירן זיך װי ייִדן, כאָטש די צעשפּליטערקייט װאָס הערשט הײַנט אין דער ייִדישער װעלט, קען זיך אַרויסװײַזן װי אַ נעגאַטיװע דערשײַנונג.
ייִדיש און העברעיִש, ישׂראל און דער גלות־ייִד, רעליגיעזע און פֿרײַדענקער — פֿון אַלץ צו ביסלעך, װי א. לוצקי האָט עס באַשריבן אין זײַן ליד, „דאָס ייִדישע פֿאָלק‟ — אין דעם שטעקט אפֿשר די לייזונג.
די צרה איז, װען מען שטאָלצירט מיט עם־הארצות, און מען הערט אויף צו הערן די אייגענע מוזיק, דעם אייגענעם אָרקעסטער, װאָס קען אויסמײַדן, אַז די שיף זאָל צעשמעטערט װערן אין די פֿעלדזן.
לעװ טאָלסטוי איז געשטאָרבן מיט איבער 100 יאָר צוריק. אין 1908 האָט ער פּובליקירט אין אַ לאָנדאָנער ייִדישער צײַטונג זײַן נבֿיאישן זאַץ: „דער ייִד שטעלט מיט זיך פֿאָר די עמבלעם פֿון אייביקייט. ער איז דער, װעמען נישט די שחיטות, נישט די פּײַניקונגען במשך טויזנטער יאָרן, האָבן ניט געקענט אָפּמעקן פֿון דער װעלט. אַזאַ נאַציע קען נישט צעשטערט װערן. דער אייביקער ייִד איז אייביק װי די אייביקייט אַליין‟.
בן־גוריון האָט זיך אַ מאָל אַרויסגעזאָגט, אַז „דער װאָס גלייבט נישט אין קיין נסים איז ניט קיין רעאַליסט‟. דאָך, קען מען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף קיין נסים, און מען דאַרף ממשיך זײַן די אַרבעט, אַז אונדזערע אייניקלעך זאָלן בלײַבן ייִדן.
הרבֿ אַבֿרהם־יצחק הכּהן קוק איז געװען אַ קלוגער ייִד און חוץ דעם ניגון, צו װעלכן שמערקע קאַטשערגינסקי האָט געשריבן זײַן באַרימט ליד „זאָל שוין קומען די גאולה‟, האָט ער אויך געזאָגט, אַז „אויב דער צװייטער טעמפּל איז צעשטערט געװאָרן איבער אומזיסטן האַס צװישן ברידער, קען דער דריטער אויפֿגעבויט װערן נאָר דורך דער אומזיסטער ליבע‟.
ס‘איז כּדאַי זיך צו נעמען צו דער אַרבעט און ממשיך זײַן מיט אונדזערע טעטיקייטן אויסצומײַדן דאָס געזאַנג פֿון די סירענעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.