אוקראַיִנע געפֿינט זיך הײַנט ניט אין צענטער פֿון די נײַעס, מיט וועלכע עס לעבט די מערבֿדיקע מעדיאַ. דער פֿאָקוס האָט זיך איבערגערוקט אויף אַנדערע, מער „הייסע‟ געשעענישן. אָבער ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז אָט־אָט וועט דאָרטן ווערן ווידער אַ מאָל זייער אָנגעגליט די אַטמאָספֿער. אמת, אין גאַנצן קאַלט איז דער קאָנפֿליקט קיין מאָל ניט געוואָרן, ניט געקוקט אויף אַלע צונויפֿגערעדטקייטן. קיין טאָג גייט ניט דורך אָן לאָקאַלע צונויפֿשטויסן צווישן דער אוקראַיִנישער מיליטער און די סעפּאַראַטיסטישע גרופּעס פֿון די אַזוי גערופֿענע דאָנעצקער און לוגאַנסקער „פֿאָלקס־רעפּובליקן‟ אין דרום־מיזרח פֿון אוקראַיִנע.
הגם רוסלאַנד הערט ניט אויף צו טענהן, אַז קיין רעגולערע רוסישע מיליטער איז ניט פֿאַרמישט אין דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט, איז עס אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, אַז פֿאַקטיש גייט דאָרטן בשתּיקה אָן אַ מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. פֿון רוסלאַנד קומט אַהין ניט נאָר געווער, אַרײַנגערעכנט טאַנקען און האַרמאַטן, אָבער אויך אַ היפּשע צאָל, אפֿשר טויזנטער, מיליטער־לײַט, סײַ זעלנער און סײַ אָפֿיצירן. אָן רוסלאַנד וואָלטן די צוויי „פֿאָלקס־רעפּובליקן‟ בשום־אופֿן ניט געקענט קעמפֿן אַפֿילו מיט דער שוואַכער, אָפֿט מאָל ממש אומבאַהאָלפֿענער אוקראַיִנישער אַרמיי.
עס זעט אויס, אַז ביידע צדדים זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין דעם צעגליִען דעם קאָנפֿליקט. ביידע לענדער האָבן זייער ערנסטע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, קיין אויסוועג פֿון וועלכע, זעט מען ניט. מע זעט אויך ניט, אַז די רעגירונגען זאָלן האָבן קלאָרע פּראָגראַמען פֿון אַנטוויקלען זייערע געזעלשאַפֿטן. אין אַזאַ פֿאַל קען מען אויסניצן אַ מלחמה, כּדי פֿאַרדרייען די מוחות פֿון דער באַפֿעלקערונג, כּדי זי אָפּווענדן פֿון אַנדערע זאָרגן.
הגם רוסלאַנד איז כּמעט אין גאַנצן אויטאָקראַטיש, און אוקראַיִנע איז מער אָדער ווייניקער דעמאָקראַטיש, האָבן די צוויי לענדער אַ סך בשותּפֿותדיקע פּראָבלעמען; און דאָס איז נאַטירלעך, ווײַל אי רוסלאַנד, אי אוקראַיִנע שלעפּן אויף זיך די זעלבע ירושה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די באַפֿעלקערונג איז, אין אַ היפּשער מאָס, פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן.
למשל, מע הערט ניט אויף זיך גריבלען אין דער געשיכטע. אין דער אמתן, אָבער, דאָמינירן אין ביידע לענדער מיטאָלאָגיעס, בפֿרט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביידע לענדער ווערן אַלץ שטרענגער צו די היסטאָריקער אָדער זשורנאַליסטן, וועלכע „פֿאַלסיפֿיצירן‟ די אָפֿיציעלע באָבע־מעשׂה. ווי אַ פּועל־יוצא, פֿאַרמאַכט מען דעם מויל די מענטשן, וואָס זאָגן זיך אַרויס אַנדערש, ניט אַזוי ווי עס לוינט די אָפּהיטער פֿונעם אָפֿיציעל אָנגענומענעם „קאַנאָן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.