אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, האָבן צוויי זינגערס, ייִדן, פֿאַרכאַפּט דעם ברייטערן עולם. דאָס זענען געווען עדי קאַנטאָר און סאָפֿי טאָקער. ביידע האָבן זיי געהאַט אַן אייגנאַרטיקן סטיל בײַם זינגען און משפּיע געווען אויף אַ סך אַנדערע זינגערס פֿון זייער דור. סאָפֿי טאָקער, מיט איר גרויסער פֿיגור און נישט־שעמעוודיקייט, האָט אויך געוויזן דעם וועג פֿאַר פֿרויען ווי צו ווערן באַוווּסט אין לאַנד, און נישט זײַן דווקא קיין יפֿת־תּואר. אַ נײַער פֿילם „די סקאַנדאַליעזע סאָפֿי טאָקער‟ [The Outrageous Sophie Tucker] דערציילט וועגן איר לעבן און קונסט.
סאָפֿי טאָקער איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין טולטשין, אוקראַיִנע, מיטן משפּחה־נאָמען — קאַליש. די משפּחה איז געקומען קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט. דאָרטן האָט איר טאַטע געעפֿנט אַ רעסטאָראַן, וווּ זי פֿלעגט זינגען פֿאַר די געסט. זי האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז נישט קיין לעבן פֿאַר איר און צו 16 יאָר אַנטלאָפֿן מיט אַ מאַנספּאַרשוין, לויִס טאָק. זיי זענען אָבער צוריקגעקומען קיין האַרטפֿאָרד, וווּ מע האָט זיי געשטעלט אַ חופּה. פֿון דעם שידוך, בעת זייער קורצן צוזאַמענלעבן, איז געבוירן געוואָרן אַ זון.
נאָכן פֿאַרלאָזן איר מאַן, האָט סאָפֿי אין 1906 געלאָזט איר קינד בײַ טאַטע־מאַמע, און איז אַליין אַוועק זוכן גליקן אין ניו־יאָרק. אין דער צײַט הייבט זי אָן צונויפֿשטעלן אַלבאָמען פֿון איר קאַריערע — צײַטונג־אויסשניטן, בריוו פֿון פּערזענלעכקייטן, פֿאַרבעטונגען וכּדומה. ווען זי איז געשטאָרבן אין 1966, האָט זי שוין געשאַפֿן 400 אַזוינע אַלבאָמען. פֿון די דאָזיקע אַרומנעמיקע אַלבאָמען האָבן די צוויי אונטערנעמער פֿונעם פֿילם, סוזען און לויד עקער, צונויפֿגעשטעלט אַן אינטערעסאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם.
אין ניו־יאָרק, אין 1906, האָט זי אָנגעהויבן זינגען אין די וואָדעווילן, און דווקא, ווי ס’איז געווען די מאָדע פֿון יענער צײַט, מיט אַ שוואַרץ גרימירט פּנים. מע האָט מורא געהאַט, אַז אַזוי ווי זי איז נישט געווען קיין יפֿיפֿיה, וועט בעסער זײַן אַזוי, ווײַל אַ קול צו זינגען האָט זי בפֿירוש געהאַט. איין מאָל האָט זי „פֿאַרגעסן‟ זיך צו גרימירן און דער עולם האָט זי סײַ־ווי וואַרעם אויפֿגענומען. דאָס איז געווען דער סוף פֿונעם „שוואַרץ פּנים‟.
אין 1909 איז סאָפֿי טאָקער געוואָרן אַ טייל פֿון די „זיגפֿילד־פֿאָליס‟, דער גרעסטער און באַליבסטער וואָדעוויל־ און בורלעסק־טעאַטער אין ניו־יאָרק. וויליאַם מאָריס האָט זי דאָרט געזען און זי אַנגאַזשירט פֿאַר זײַנע טעאַטערס. מאָריס האָט שפּעטער געשאַפֿן די באַרימטסטע טאַלאַנט־אַגענטור אויף דער וועלט. מיט זײַן הילף האָט זי אָנגעהויבן צו רעקאָרדירן אירע לידער אויף פּלאַטעס, און גיך געוואָרן באַקאַנט איבערן גאַנצן לאַנד.
צווישן די פּערזענלעכקייטן, וועלכע מע אינטערוויויִרט אין דעם פֿילם, איז דער זינגער טאָני בענעט און דער מוזיק־היסטאָריקער מײַקל פֿײַנסטין. זיי דערקלערן, אַז טאָקער האָט געזונגען מיט אַ סטיל, וואָס די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער זינגער, ווי עטל וואָטערס און לויִ אַרמסטראָנג, האָבן אַנטוויקלט אין יענע יאָרן; זיי האָבן געזונגען מיט אַ סינקאָפּאַציע, דאָס הייסט, נישט תּמיד זיך געהאַלטן בײַם ריטעם פֿון ליד, נאָר געזונגען די ווערטער אַ ביסל פֿריִער אָדער שפּעטער אין געוויסע ערטער, כּדי אויסצודרוקן אַ באַזונדער געפֿיל אָדער נואַנס. זיכער האָט די דזשעז־מוזיק מיטן געדאַנק פֿון אימפּראָוויזאַציע געהאָלפֿן דאָס צו פֿאַרשפּרייטן. אַ מוסטער פֿון סאָפֿי טאָקערס סטיל קען מען הערן אויף דער וועבזײַט, וווּ סאָפֿי טאָקער זינגט איר ערשטן שלאַגער — “Some of These Days”.
סאָפֿי טאָקער האָט נישט געזונגען אויף ייִדיש, אָבער איר נוסח פֿונעם ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, מיט עטלעכע שורות אויף ייִדיש, איז געוואָרן נאָך אַ „היט‟. אין פֿילם דערציילט מען, ווי אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אַרומגעשלעפּט די פּלאַטע פֿונעם ליד און אַ פֿאָנאָגראַף. ער האָט געשוווירן, אַז ער וועט דאָס נאָך שפּילן אין בערלין, אַלע דײַטשן זאָלן עס הערן. דער בחור איז, נעבעך, אומגעקומען עטלעכע טעג פֿאַרן סוף פֿונעם קריג, אָבער זײַנע חבֿרים־סאָלדאַטן האָבן אויסגעפֿירט זײַן חלום — גענומען אַ טראָק, אַרויפֿגעשטעלט הילכערס, און סאָפֿי טאָקערס „אַ ייִדישע מאַמע‟ האָט געהילכט איבער די גאַסן פֿון בערלין. דעם עפּיזאָד האָט מען געפֿונען אין אַ בריוו, וואָס אַ סאָלדאַט האָט געשיקט צו טאָקערן.
טאָקער איז געוואָרן באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר איר קול, נאָר אויך פֿאַר די לידער, וואָס זי פֿלעגט זינגען — לידער מיט סעקסועלע אָנצוהערענישן. זי האָט באַקומען, אַ דאַנק דעם, דעם צונאָמען „די לעצטע פֿון די רויט־הייסע מאַמעס‟. דערצו האָט זי זיך געגרייסט מיט איר דיקלעכן קערפּער און האָט אים אויסגעניצט צו מאַכן קליידער־רעקלאַמעס פֿאַר דיקע פֿרויען.
סאָפֿי טאָקער האָט געשפּילט און געזונגען אויף דער ראַדיאָ, אין טעאַטער און אין פֿילם. שוין אין 1929 האָט מען זי געזען אין קינאָ, אָבער זי האָט בעסער ליב געהאַט די בינע, וווּ זי האָט מער געפֿילט די ליבשאַפֿט פֿונעם עולם. אין 1963 האָט מען געשפּילט אויף בראָדוויי אַ פּיעסע וועגן דעם לעבן פֿון סאָפֿי טאָקער, ווען זי האָט נאָך געלעבט — אַזאַ לעגענדאַרע פֿיגור איז זי געווען; אַ בריק צו דער אַלטער וואָדעוויל־וועלט פֿון אַמאָל, וואָס האָט זיך אָבער צוגעפּאַסט צום 20סטן יאָרהונדערט און איז געבליבן אַ שטערן ביז איר סוף אין 1966.
קיין גליק מיט מענער האָט זי נישט געהאַט. זי האָט חתונה געהאַט דרײַ מאָל, און איר זון אַלבערט, פֿונעם ערשטן מאַן איז געווען איר איינציק קינד. קיין וועג אין לעבן האָט ער נישט געפֿונען, און זי האָט שטענדיק פֿאַר אים געדאַרפֿט געפֿינען פּרנסה.
די השפּעה פֿון סאָפֿי טאָקער אויף די זינגערינס און קאָמיקערינס ווי אַן אומאָפּהענגיקע, חוצפּהדיקע פֿרוי, איז געווען אַ גרויסע. דער פֿילם „די סקאַנדאַליעזע סאָפֿי טאָקער‟ באַקענט דעם הײַנטיקן עולם מיט דער וויכטיקער קינסטלערין פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אַ רעקלאַמע פֿאַרן פֿילם קען מען זען בײַ דער וועבזײַט:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.