די סקאַנדאַליעזע סאָפֿי טאָקער

The Outrageous Sophie Tucker

סאָפֿי טאָקער מיט איר לאַנג־יאָריקן פּיאַניסט, טעד שאַפּיראָ
סאָפֿי טאָקער מיט איר לאַנג־יאָריקן פּיאַניסט, טעד שאַפּיראָ

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 19, 2015, issue of September 04, 2015.

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, האָבן צוויי זינגערס, ייִדן, פֿאַרכאַפּט דעם ברייטערן עולם. דאָס זענען געווען עדי קאַנטאָר און סאָפֿי טאָקער. ביידע האָבן זיי געהאַט אַן אייגנאַרטיקן סטיל בײַם זינגען און משפּיע געווען אויף אַ סך אַנדערע זינגערס פֿון זייער דור. סאָפֿי טאָקער, מיט איר גרויסער פֿיגור און נישט־שעמעוודיקייט, האָט אויך געוויזן דעם וועג פֿאַר פֿרויען ווי צו ווערן באַוווּסט אין לאַנד, און נישט זײַן דווקא קיין יפֿת־תּואר. אַ נײַער פֿילם „די סקאַנדאַליעזע סאָפֿי טאָקער‟ [The Outrageous Sophie Tucker] דערציילט וועגן איר לעבן און קונסט.

סאָפֿי טאָקער איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין טולטשין, אוקראַיִנע, מיטן משפּחה־נאָמען — קאַליש. די משפּחה איז געקומען קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט. דאָרטן האָט איר טאַטע געעפֿנט אַ רעסטאָראַן, וווּ זי פֿלעגט זינגען פֿאַר די געסט. זי האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז נישט קיין לעבן פֿאַר איר און צו 16 יאָר אַנטלאָפֿן מיט אַ מאַנספּאַרשוין, לויִס טאָק. זיי זענען אָבער צוריקגעקומען קיין האַרטפֿאָרד, וווּ מע האָט זיי געשטעלט אַ חופּה. פֿון דעם שידוך, בעת זייער קורצן צוזאַמענלעבן, איז געבוירן געוואָרן אַ זון.

נאָכן פֿאַרלאָזן איר מאַן, האָט סאָפֿי אין 1906 געלאָזט איר קינד בײַ טאַטע־מאַמע, און איז אַליין אַוועק זוכן גליקן אין ניו־יאָרק. אין דער צײַט הייבט זי אָן צונויפֿשטעלן אַלבאָמען פֿון איר קאַריערע — צײַטונג־אויסשניטן, בריוו פֿון פּערזענלעכקייטן, פֿאַרבעטונגען וכּדומה. ווען זי איז געשטאָרבן אין 1966, האָט זי שוין געשאַפֿן 400 אַזוינע אַלבאָמען. פֿון די דאָזיקע אַרומנעמיקע אַלבאָמען האָבן די צוויי אונטערנעמער פֿונעם פֿילם, סוזען און לויד עקער, צונויפֿגעשטעלט אַן אינטערעסאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם.

אין ניו־יאָרק, אין 1906, האָט זי אָנגעהויבן זינגען אין די וואָדעווילן, און דווקא, ווי ס’איז געווען די מאָדע פֿון יענער צײַט, מיט אַ שוואַרץ גרימירט פּנים. מע האָט מורא געהאַט, אַז אַזוי ווי זי איז נישט געווען קיין יפֿיפֿיה, וועט בעסער זײַן אַזוי, ווײַל אַ קול צו זינגען האָט זי בפֿירוש געהאַט. איין מאָל האָט זי „פֿאַרגעסן‟ זיך צו גרימירן און דער עולם האָט זי סײַ־ווי וואַרעם אויפֿגענומען. דאָס איז געווען דער סוף פֿונעם „שוואַרץ פּנים‟.

אין 1909 איז סאָפֿי טאָקער געוואָרן אַ טייל פֿון די „זיגפֿילד־פֿאָליס‟, דער גרעסטער און באַליבסטער וואָדעוויל־ און בורלעסק־טעאַטער אין ניו־יאָרק. וויליאַם מאָריס האָט זי דאָרט געזען און זי אַנגאַזשירט פֿאַר זײַנע טעאַטערס. מאָריס האָט שפּעטער געשאַפֿן די באַרימטסטע טאַלאַנט־אַגענטור אויף דער וועלט. מיט זײַן הילף האָט זי אָנגעהויבן צו רעקאָרדירן אירע לידער אויף פּלאַטעס, און גיך געוואָרן באַקאַנט איבערן גאַנצן לאַנד.