עס איז נישט קיין סוד, אַז איראַן איז שולדיק אינעם אַרײַנמישן זיך אין כּלערליי מיטל־מיזרחישע מדינות אויף אַ צעשטערערישן אופֿן. טעהעראַן שטיצט „כאַמאַס‟ און „כעזבאָלאַ‟, די כוטהיס אין תּימן, די שיִיִטישע מיליצן אין איראַק און אפֿשר אויך די שיִיִטישע דעמאָנסטראַנטן אין באַכריין און סאַודיע. פֿון דעסטוועגן, ווי גרויס איז איראַנס שטיצע? די פֿאַרגאַנגענע חדשים האָבן קיין קלאָרן ענטפֿער אויף דעם נישט געגעבן.
קודם־כּל, וויל איך אונטערשטרײַכן: איך האָב נישט בדעה צו זאָגן, אַז איראַן שפּילט נישט קיין ראָלע אינעם ראַיאָן. „כעזבאָלאַ‟ באַשעפֿטיקט זיך אינעם פֿאַרקויפֿן נאַרקאָטיק, אָבער דאָך קומט דאָס געלט און די אַנטוויקלטע ראַקעטן פֿון איראַן. „כאַמאַס‟ האָט פֿון לאַנג זיך פֿאַרלאָזט כּמעט נאָר אויף איראַנס שטיצע; און עס איז זיכער, אַז די שיִיִטישע מיליצן אין איראַק האָבן נישט קיין מיטל זיך צו פֿאַרשטאַרקן אָן די איראַנישע געלטער און געווער.
איך רעד פֿון אַ מער פּשוטן ענין: צי קענען די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס און אַרמייען, וואָס זײַנען געשטיצט פֿון איראַן, זיך ווײַטער פֿאַרלאָזן אויף דער איסלאַמישער מדינה?
דאָס איז געוואָרן אַ גרויסע פֿראַגע בײַם „כאַמאַס‟ אין די פֿאַרגאַנגענע חדשים. מען רעדט אַ סך וועגן דעם, אַז איראַן באַוואָפֿנט „כאַמאַס‟, אָבער איראַנס הילף האָט זיך לעצטנס פֿאַרענדיקט. די קריגערײַ איז אויפֿגעקומען צוליב דעם, וואָס איראַן איז אויף דער זײַט פֿון באַשאַר אַל־אַסאַד אין דער סירישער מלחמה, און „כאַמאַס‟ איז אויף דער זײַט פֿון די רעבעלן, וואָס זיי זײַנען, דער עיקר, סוניטן. פֿאַראַיאָרן, נאָך דער מלחמה, האָט איראַן באַנײַט איר שטיצע פֿאַר „כאַמאַס‟, אָבער די באַנײַונג האָט נישט לאַנג געדויערט.
צוליב דעם האָט „כאַמאַס‟ זיך געוואָנדן צו סאַודיע. מיט אַ חודש צוריק האָט כאַלעד מאַשאַל, דער פֿאָרזיצער פֿון „כאַמאַס‟, זיך געטראָפֿן מיט דעם סאַודישן מלך סאַלמאַן, דעם קרוינפּרינץ מוכאַמאַד בין נאַיעף און דעם וויצע־קרוינפּרינץ מוכאַמאַד בין סאַלמאַן. די זיצונג איז צו שטאַנד געקומען, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס סאַודיע האָט ערשט מודה געווען, אַז זי האָט געהיימע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל. איראַן איז אַזוי אויפֿגעבראַכט געוואָרן צוליב יענער זיצונג, אַז זי האָט אָפּגערופֿן אַ באַזוך פֿון „כאַמאַס‟ קיין טעהעראַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.