פֿײגעלע און מוניעלע

Feigele and Muniele

פֿון לינקס: פֿייגעלע, מוניעלע און די מחברין
Chana Pollack
פֿון לינקס: פֿייגעלע, מוניעלע און די מחברין

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 21, 2015, issue of September 18, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

צו צוועלף, דרײַצן עק האָב איך זיך באַקענט מיט פֿײגעלען שוין דאָ אין אַמעריקע, אין זיבעטן קלאַס פֿון דער אַמעריקאַנער מיטלשול, וווּ די לערער האָבן זיך קוים אומגעקוקט אויף אונדז. קינדער פֿונעם חורבן, וואָס קענען נישט קיין ענגליש, האָבן זיי זיך מורא געהאַט צוצורירן צו אונדז, דער עיקר, צו דערוויסן זיך ווער מיר זײַנען. פֿאַרגעסט נישט, אַז אין יענער צײַט האָט דאָס וואָרט „האָלאָקאָסט‟ נאָך נישט עקזיסטירט.

איך און פֿייגעלע האָבן גאַנצע נעכט זיך באַגלייט פֿון איר הויז ביז מײַן הויז און פֿאַרקערט. גערעדט האָבן מיר פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער, מסתּמא וועגן אונדזערע משפּחות, וועגן דער אַמעריקאַנער יונגוואַרג אין אונדזער עלטער, וואָס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט פֿון אונדז און, דער עיקר, ייִנגלעך און וואָס ווײַטער?

צו זיבעצן פֿלעגן מיר לויפֿן טאַנצן אין „דיפּלאָמאַט‟־האָטעל אין מאַנהעטן, און דאָרט, אַזוי טאַנצנדיק, דערקען איך מוניעלען, דעם אַמאָליקן פֿוטבאָליסט פֿון אונדזער לאַגער. זאָג איך פֿייגעלען:

„דער מוניעלע, ער איז אַ וווילער חבֿרהמאַן, ער טאַנצט טאַנגאָ ווי רודאָלף וואַלענטינאָ. און ווי נאָר מוניעלע האָט דערזען פֿײגעלען, אַזוי האָט זיך צעבליט אַ ראָמאַנס, וואָס איז גילטיק ביזן הײַנטיקן טאָג, נאָך זעכציק יאָר פֿאַרהייראַט לעבן.

פֿײגעלע און מוניעלע האָבן שוין הײַנט פֿאַרזאָרגט זייערע דרײַ קינדער, זייערע קינדס־קינדער און זייערע אור־, אור־אייניקלעך ביז משיחס צײַטן, און אַלץ אַ דאַנק זייער האָרעפּאַשנער אַרבעט. קיינער האָט זיי נישט פֿאַרזאָרגט, אַלץ אויפֿגעטאָן מיט די אייגענע צען פֿינגער. מוניעלע, קודם בײַם לייגן דעכער, פֿײגעלע בײַ דער בוכהאַלטעריע. מיט דער צײַט האָבן זיי גענומען אָפּקויפֿן הײַזער אין מאַנהעטן, ברוקלין, אין דער בראָנקס, און ס’איז אַוועק אַ כּן־ירבו. און אַז זיי זײַנען שוין צוגעקומען צו די גרויסע מאַיאָנטקעס, זײַנען זיי געוואָרן גרויסע בעלי־מנדבֿים, ברייטהאַרציק און פֿילאַנטראָפּיש. ערשטנס, אין ישׂראל האָבן זיי פֿאַרזאָרגט דעם ישׂראלדיקן פֿלי־פֿלאָט, געקויפֿט אַמבולאַנסן; און דאָ אין אַמעריקע — געשטיצט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אונטערנעמונגען, ממש צוויי געבענטשטע מענטשן, חבֿרים יוצא־דופֿן.

גוט צו גאָט און צו לײַט.

אַ סך פֿון די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען דאָ צוגעקומען אויף אייגענע כּוחות צום טעלערל פֿון הימל. נישט בלויז צו די גרויסע געשעפֿטן, נאָר אייניקע פֿון זיי האָבן דערגרייכט צו דער אַקאַדעמישער וועלט, און דאָס איז ממש צום שטוינען. און כאָטש מיר זײַנען די קינדער פֿונעם דור וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דעם חורבן, און אפֿשר דערפֿאַר טאַקע, זײַנען מיר פֿאַרטאָן אין ייִדישן גורל — ציטערן און פֿלאַטערן צוליב דער זיכערקייט פֿון מדינת־ישׂראל. אין דער זעלבער צײַט האַלטן די אַמעריקאַנער ייִדן אויס מיט גרויסע סומעס אַמעריקאַנער אינסציטוציעס, מוזייען, אוניווערסיטעטן, שפּיטעלער, טעאַטערס און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און אַ סך פֿון די נישט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס…

איז וווּ האַלטן מיר? בײַם קאַפּיטל פֿייגעלע און מוניעלע. דאַכט זיך צוויי פּשוטע, אייגענע מענטשן, מיט אַ מעדאַליאָנטשיק פֿון פּריווילעגיע, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז קיינער פֿון אונדז פֿאַרמאָגט נישט גענוג פֿאַנטאַזיע, כּדי זיך אויסצומאָלן די דאָזיקע ווירקלעכקייט. ווי זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל, דעם גן־עדן מיטן גיהנום קען מען האָבן אויף דער וועלט.

דעריבער ווינטש איך מײַנע גוטע פֿרײַנט, פֿייגעלען און מוניעלען, אַריכת־ימים, און זאָל זיי באַשערט זײַן פֿרילינג אַיעדן ווינטער און זומער, לחיים, לשלום און שבת אין מיטן וואָכן, אָמן!