דאָס אינטערנעץ־שדכנות איז 20 יאָר אַלט

20 Years of Internet Matchmaking


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 25, 2015, issue of September 18, 2015.

אין דער שטאָט זאַפּאָראָזשע, אוקראַיִנע, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ שדכנטע. געהייסן האָט זי, דאַכט זיך, זינע. מיר איז ניט אויסגעקומען זיך צו באַקענען מיט איר, אָבער הערן האָב איך וועגן איר געהערט זייער אַ סך. צוויי משפּחות, „צונויפֿגעפֿירט‟ דורך איר (אַליין איז זי געווען, אויף וויפֿל איך ווייס, ניט קיין חתונה געהאַטע), וווינען הײַנט אין ישׂראל, מיט קינדער און אייניקלעך. איך בין זיכער, אַז די צאָל אַזעלכע משפּחות איז גרעסער, אָבער איך קען זײַן אַן עד־ראיה נאָר וועגן צוויי פֿון זיי.

אין מײַנע סטודענטישע יאָרן האָט מען מיך אויך געפּרוּווט צו שדכנען. איך געדענק, ווי צו אונדז אַהיים איז פּלוצעם געקומען אַן עלטערער ייִד, וועלכן איך האָב פֿריִער קיין מאָל ניט געזען, און עפּעס אַ צײַט זיך געסודעט מיט מײַן מאַמען. ווען ער איז אַוועק, האָט די מאַמע מיר געזאָגט, אַז דאָס איז געווען אַזאַ און אַזאַ, אַ געוועזענער שכן פֿון פֿאַר דער מלחמה, און געקומען איז ער צו רעדן אַ שידוך מיט זײַן אייניקל. איך האָב זיך גלײַך געכאַפּט ווער זײַן אייניקל איז געווען — אויך אַ סטודענטקע, מיט אַ פּאָר יאָר ייִנגער פֿון מיר.

זייער אַ סימפּאַטיש מיידל איז זי געווען. מיר האָבן געהאַט בשותּפֿותדיקע פֿרײַנד און פֿלעגן זיך פֿון מאָל צו מאָל איבערקוקן, אָבער קיין מאָל ניט גערעדט. די „צרה‟ איז געווען, אַז זי האָט געהאַט דאָס מזל צו זײַן אַ געלע, אַפֿילו כּמעט אַ רויטע — איך מיין דעם קאָליר פֿון אירע האָר; און איך האָב דעמאָלט — אַ נאַר איינער! — געהאַלטן געלע ייִדן פֿאַר מענטשן פֿון אַן אַנדער שבֿט. צווישן מײַנע קרובֿים און פֿרײַנד זײַנען אַזעלכע ניט געווען. דערצו האָב איך סנאָביש געהאַלטן, אַז נאָר עפּעס אַ קאַליקע נייטיקט זיך אין שדכנות.

דער סוף איז געווען, אַז חתונה האָב איך געהאַט, אין אַ געוויסן זין, דורך שדכנות. מײַן שוועסטערקינד האָט געהאַט אַ באַקאַנטן (וואָס פֿאַרדינט אַ באַזונדערע באַרשײַבונג, אָבער ניט איצט), און בײַ דעם דאָזיקן באַקאַנטן איז געווען אַ גוטער חבֿר מיט אַ שיינער בת־יחידקע. הקיצור, האָבן מיר זיך באַקענט. זי איז טאַקע געווען — און בלײַבט נאָך אַלץ — אַ שיינע און, בכלל, מיט אַלע מעלות; אָבער חתונה האָב איך געהאַט מיט איר בעסטער חבֿרטע.

הײַנט, מיט פֿיר יאָרצענדליק שפּעטער, קוק איך, פֿאַרשטייט זיך, מיט אַנדערע — ניכטערע — אויגן אויף שדכנות. די וועלט אַרום מיר איז געדיכט באַפֿעלקערט דורך גליקלעכע פּאָרפֿעלקער, וואָס האָבן זיך באַקענט, אַ דאַנק עפּעס אַ פֿאַרמיטלער. לעצטנס, איז דער „פֿאַרמיטלער‟ זייער אָפֿט אַן עלעקטראָנישער. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט צוואַנציק יאָר צוריק, בפֿרט ווען אין יאָר 1995 (אָפֿיציעל, דעם 21סטן אַפּריל) האָט זיך באַוויזן דער Match.com.

מע דערציילט, אַז די געשיכטע פֿון אָט דער אונטערנעמונג, וואָס בלײַבט עד־היום, אַ פּנים, די סאַמע הצלחהדיקע צווישן אַלע עלעקטראָנישע שדכנים, האָט זיך אָנגעהויבן, לכל־הפּחות טיילווײַז, ווײַל איר גרינדער, גאַרי קרעמען, האָט געזוכט פֿאַר זיך אַ ייִדיש מיידל. אין זײַן ערשטן אינטערוויו האָט קרעמען גאַנץ באַשיידן געזאָגט: „Match.com וועט ברענגען אויף דעם פּלאַנעט מער ליבע איידער עמעצער האָט עס געטאָן זינט יעזוס‟. (אויף וועמען נאָך האָט אַ ייִד געקענט זיך פֿאַררופֿן?!).

צום 20סטן יובֿל פֿון דעם אינטערנעץ־שדכן האָבן מיר באַקומען אַ פֿרישע PEW־סטאַטיסטיק (זען www.pewresearch.org/fact-tank/2015/04/20/5-facts-about-online-dating) וועגן דעם מצבֿ אין אָט דעם געביט פֿון הײַנטיקן לעבן, ווען אַריבער 90 פּראָצענט אַמעריקאַנער האָבן אינטערנעץ. מיט 20 יאָר צוריק האָבן עס געהאַט בלויז 14 פּראָצענט. איך וויל דאָ ניט שיטן מיט כּלערליי ציפֿערן. דער עיקר, אַז, ווי עס ווײַזן די סך־הכּלען פֿונעם אויספֿרעג, איז אַזאַ אופֿן פֿון באַקענען זיך, בלי־ספֿק, אַרײַן אין דעם איצטיקן הויפּטשטראָם.

עס חידושט אָבער, אַז ס’איז גלײַכצײַטיק נאָך אַלץ אַ מאַרגינאַלער פֿענאָמען, ווײַל 88 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע אַמעריקאַנער, וואָס האָבן חתונה געהאַט אין די לעצטע פֿינף יאָר, האָבן זיך באַקענט מיט זייערע באַשערטע דווקא ניט דורך דער אינטערנעץ. וואָס מיינט עס? אַז די סאָציאַלע פֿאַרבינדונגען בלײַבן נאָך אַלץ שטאַרק? צי מע ניצט די אינטערנעץ־שדכנות, דער עיקר, פֿאַר קורצע באַקאַנטשאַפֿטן, אָבער חתונה האָט מען אַנדערש. די סטאַטיסטיק גיט ניט קיין ענטפֿער אויף אַזעלכע פֿראַגן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז מיר ווייסן ניט (יעדנפֿאַלס, איך ווייס עס ניט), אויף וויפֿל אינטערנעץ־באַקאַנטשאַפֿטן זײַנען פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן: מער ווי די דורכשניטלעכע 12 פּראָצענט צי ווייניקער? איך האָב אַ חשד, אַז מער.