די אָרגאַניזאַציע „תּגלית געבורטרעכט ישׂראל‟ שיקט 200 גרופּעס פֿון יונגע ייִדן קיין ישׂראל יעדעס יאָר. בלויז דעם זומער האָבן זיך אין די טורן באַטייליקט 30,000 בחורים און מיידלעך — אַ רעקאָרד.
איינער פֿון די טורן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אָנהייב יוני, האָט אָבער אַרויסגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע בײַ געוויסע באַטייליקטע, וואָס טענהן, אַז „געבורטרעכט‟ דאַרף טראָגן דאָס אַחריות דערפֿאַר. אַ טייל פֿון די מיידלעך האָבן דערציילט וועגן אינצידענטן, וווּ געוויסע בחורים האָבן זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זיי; געניצט ניבֿול־פּה; אײַנגענומען נאַרקאָטיק און אַלקאָהאָל, און בכּיוון צעבראָכן אַ זיצאָרט אין אַן אויטאָבוס, אָבער די אָרגאַניזירער האָבן זיי נישט אָפּגעהאַלטן, כאָטש מע האָט זיך אויף די כוליגאַנען באַקלאָגט.
„איך האָב דערפֿילט, אַז קיינער באַשיצט מיך נישט,‟ האָט באַמערקט לאה סאָסמאַן, אַ 19־יאָריקע בראַנדײַס־סטודענטקע. אַ פּאָר פֿון די בחורים זענען, למשל, עטלעכע מאָל בכּיוון אַרײַן אין די צימערן פֿון די מיידלעך, בעת זיי האָבן געהאַלטן אין זיך איבערטאָן, אָדער זיך געמאַכט אַ שפּריץ.
די באַאַמטע בײַ „געבורטרעכט‟ זאָגן, אַז זיי פֿירן דורך אַן אויספֿאָרשונג וועגן די טענות, און האָבן באַטאָנט, אַז זיי באַציִען זיך זייער שטרענג וואָס שייך געוויסע תּקנות פֿון אויפֿפֿיר.
אָבער די רשימה פֿון תּקנות, וואָס „געבורטרעכט‟ פֿאָדערט, אַז אַלע באַטייליקטע מוזן אונטערשרײַבן, פֿאַררופֿט זיך בלויז אויף אײַננעמען אַלקאָהאָל, און דערמאָנט גאָרנישט וועגן סעקסועלן אויפֿפֿיר.
„אַ סך בחורים קומען אויף דער נסיעה, מיינענדיק, אַז זיי וועלן דאָרט קענען איבערשלאָפֿן מיט אַ סך מיידלעך, און אפֿשר דערפֿאַר האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ מיאוסן אויפֿפֿיר,‟ האָט באַמערקט איין מיידל, וואָס האָט נישט געוואָלט אָנגעבן איר נאָמען.
דער טור פֿונעם 8טן ביזן 1טן יוני, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿונעם ישׂראלדיקן אָפּעראַטאָר, „יעל אַוואַנטורעס‟, איז פֿון אָנהייב אָן געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ. נאָכן אָנקומען אין ישׂראל, האָבן די פֿירער פֿון „יעל אַוואַנטורעס‟ פֿאַרזאַמלט די 40 באַטייליקטע, צווישן 19 און 24 יאָר אַלט, און אויסגערעכנט אַלע תּקנות ווי, למשל, אויב עמעצער פֿאַרלאָזט דעם האָטעל אָן דערלויבעניש וועט מען אים אפֿשר אַהיימשיקן.
אָבער לויט פֿיר באַטייליקטע, וואָס דער Forward האָט אינטערוויויִרט, האָבן 4־5 בחורים יענע נאַכט זיך יאָ אַרויסגעגנבֿעט פֿון האָטעל, כּדי צו מאַכן אַ „גוט שנעפּסל‟ אין אַ ריי באַרן אין ירושלים, און במשך פֿון דער וואָך בכלל געווען אַ שטערערישער עלעמענט.
„ס׳איז קלאָר, אַז זיי זענען געקומען אויף דער רײַזע צוליב נישט־לײַטישע סיבות,‟ האָט באַמערקט פּיטער דעאַנאַ, אַ 23־יאָריקער בחור פֿון וואַשינגטאָן. „זיי האָבן אַרויסגעוויזן ווייניק דרך־ארץ צום טור, צו די אַנדערע באַטייליקטע און צו די אָנפֿירער.‟
די גרופּע בחורים איז אָפֿט צוריקגעקומען אין האָטעל שפּעט בײַ נאַכט, שיכּור, און עפֿנטלעך דערציילט די אַנדערע באַטייליקטע, אַז זיי האָבן געקויפֿט האַשיש בײַ אַן אָרטיקן נאַרקאָטיק־הענדלער בעת דעם באַזוך אין אַ קיבוץ. זיי האָבן אויך אָפֿט גערעדט מיט ניבֿול־פּה.
ווען די אַנדערע האָבן זיך באַקלאָגט פֿאַר די טור־פֿירער, האָט עס נישט אָפּגעשטעלט זייער אויפֿפֿיר, און מע האָט זיי גאָרנישט געטאָן, כאָטש זיי זענען אָפֿט געקומען שפּעט צו די אונטערנעמונגען און זיך בכלל נישט צוגעהערט צו די וועגווײַזער.
„זיי האָבן אין גאַנצן קאַליע געמאַכט די רײַזע פֿאַר אונדז,‟ האָט איין מיידל געזאָגט.
די בחורים האָבן אויך צעבראָכן אַ זיצאָרט אויפֿן אויטאָבוס. דאָס איז געווען דער איינציקער אַקט, וואָס האָט יאָ אַרויסגערופֿן אַ רעאַקציע בײַ די אָרגאַניזירער, וועלכע האָבן אָפּגעשטעלט דעם טור פֿון דער גאַנצער גרופּע אויף אַ טאָג, וואַרטנדיק, ביז דער שולדיקער וועט זיך אַליין מעלדן. קיינער האָט זיך אָבער נישט אָפּגערופֿן.
אַלע פֿיר באַטייליקטע, וואָס האָבן גערעדט מיטן Forward, האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן נישט איין מאָל דערציילט די רײַזע־פֿירער וועגן דעם אויפֿפֿיר פֿון יענער גרופּע, האָפֿנדיק, אַז מע וועט זיי באַשטראָפֿן אָדער אַפֿילו אַהיימשיקן. מע האָט דאָס אָבער נישט געטאָן.
„געבורטרעכט‟ זאָגט, אַז זי פֿירט איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג, און „יעל אַוואַנטורעס‟ האָט געזאָגט, אַז זי קען נישט רעדן מיט דער פּרעסע, ווײַל „געבורטרעכט‟ דערלויבט עס נישט. לויט די באַטייליקטע, וואָס האָבן גערעדט מיטן Forward, איז די אמתע סיבה פֿאַר וואָס „יעל אַוואַנטורעס‟ האָט נישט אַהיימגעשיקט יענע גרופּע, זייער אַ פּשוטע: ס׳וואָלט געקאָנט שאַטן דעם שם פֿון דער פֿירמע און אַוועקגעטריבן פּאָטענציעלע באַטייליקטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.