(די 3 טע זײַט פֿון 3)
גאָר אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון אַפּאָקריפֿישע ייִדישע נבֿואות, וווּ מוכאַמאַד ווערט אויך געשילדערט ווי אַ באַפֿרײַער פֿון די קריסטלעך־רוימישע רדיפֿות, הייסט „נבֿואת־הילד‟. לויט אַן אַלטער לעגענדע, האָט אַ 12־יאָריק ייִדיש קינד, נחמן קטופֿא, פֿאָרויסגעזאָגט אינעם 5טן יאָרהונדערט די צוקונפֿטיקע עיקר־געשעענישן ביז ביאת־המשיח, און איז ניפֿטר געוואָרן. אַ צאָל חסידישע צדיקים, אַרײַנגערעכנט דעם „צמח־צדק‟ און רבי אַהרן ראָט, האָבן געגלייבט, אַז די דאָזיקע גאָר מיסטעריעזע פּאָעמע אויף אַראַמיש, פֿול מיט אויסטערלישע אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער, איז טאַקע אַן אמתע אוראַלטע נבֿואה.
די מוסולמענער אַליין גלייבן, אַז מוכאַמאַד איז געווען דער לעצטער נבֿיא, וועלכער האָט „געשטעמפּלט‟ אויף אייביק דעם ענין פֿון נבֿואה. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיך אין דער איסלאַמישער געשיכטע כּסדר געטראָפֿן כּלערליי מיסטיקער און וויזיאָנערן. די שיִיִטן גלייבן, אַז די בעסטע פֿון מוכאַמאַדס אייניקלעך האָבן פֿאַרמאָגט פֿאַרשיידענע איבערנאַטירלעכע כּוחות. דער תּירוץ איז זייער אַ פּשוטער: כּל־זמן די מיסטיקער פֿאַרבײַטן נישט דעם קאָראַן אויף זייערע אייגענע השׂגות, קאָנען זיי אַנטפּלעקן נײַע השׂגות פֿון רוחניות, אָבער אָן דעם הויכן טעכנישן טיטל פֿון „נבֿיאים‟.
ס׳איז אויך נישט אמת, אַז בײַ די מוסולמענער פּאָרט זיך נישט דאָס געשטאַלט פֿונעם נבֿיא מיט דער וויזועלער קונסט. אין איסלאַם איז פֿאַראַן אַ רײַכע און זייער אַנטוויקלטע טראַדיציע צו פֿאַרוואַנדלען דעם נאָמען פֿון זייער נבֿיא, אָפֿט צוזאַמען מיט די נעמען פֿון זײַן משפּחה און חבֿרים, אין קאָמפּליצירטע פּרעכטיקע אָרנאַמענטאַלע ווערק. אַדרבה, ס׳רובֿ מוסולמענער האַלטן, אַז מע טאָר נישט שילדערן די נבֿיאים ווי געוויינטלעכע מענטשן, ווײַל בלויז מיסטישע געאָמעטרישע סטרוקטורן און צירופֿי־אותיות קאָנען אויסדריקן דעם ענין פֿון נבֿואה. אַפֿילו אַ ציוויליזאַציע, וואָס גלייבט, אַז די נבֿואה האָט זיך אָפּגעשטעלט און מײַדט אויס געוויסע פֿאָרעמס פֿון קונסט, קאָן זיך נישט באַגיין אָן „נבֿיאישער קונסט‟. אַדרבה, די מוסולמענער גייען נאָך ווײַטער, ווי די דערמאָנטער דײַטשישע מאָלער, און אַסאָציִיִרן די נבֿואה און נבֿיאים דווקא מיט אַן אינגאַנצן אַבסטראַקטן מין „מאַטעמאַטישער איקאָנאָגראַפֿיע‟.
בײַ די חסידי־אַשכּנז, אַסקעטישע מקובלים פֿונעם מיטל־עלטערלעכן דײַטשלאַנד, האָבן עטלעכע פּערזענלעכקייטן געטראָגן דעם טיטל פֿון „נבֿיאים‟, אַרײַנגערעכנט רבי שמואל החסיד, דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג. אַן אַנדער גאָר טיפֿער און מיסטעריעזער מיסטיקער פֿון יענער תּקופֿה האָט געהייסן נחמיה בן שלמה הנבֿיא. מיט אַ יאָרהונדערט שפּעטער, האָט רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיה אויסגעאַרבעט אין שפּאַניע אַ גאַנצע סיסטעם פֿון „נבֿיאישער קבלה‟ מיט אַ שטאַרקן משיחישן טעם.
די חסידי־אַשכּנז האָבן אויסגעאַרבעט גאָר קאָמפּליצירטע סיסטעמען פֿון נבֿיאישע אָרנאַמענטן און דיאַגראַמען פֿון גײַסטיקע וועלטן, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף די שיל־געמעלן אין דער שפּעטערדיקער מיזרח־אייראָפּע. אין דעם פֿאַל זעען מיר ווידער, ווי די מיסטישע וויזיעס ווערן אויסגעדריקט דווקא דורך יענוועלטישע אַבסטראַקטע אימאַזשן.
אין דער וועלט, וווּ קיין עכטע נבֿיאים אָדער אַזעלכע וויזיאָנערן, ווי די אָבֿות פֿון דער אַשכּנזישער און ספֿרדישער קבלה, זענען מער נישט בנימצא, לעבט נאָך אַלץ דער נבֿיאישער רעוואָלוציאָנעלער גײַסט. כּדי אים צו געפֿינען, מוז מען אָבער זײַן גענוג „משוגע‟ און ראָמאַנטיש — גובֿר צו זײַן דעם פֿאַרגליווערטן רעאַליזם פֿון דער מאַטעריאַליסטישער געזעלשאַפֿט און זיך אויסלערנען צו טראַכטן און חלומען מחוץ די אָנגענומענע נאָרמעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.