אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט יעדע נאַציאָנאַלע רעפּובליק געהאַט איר אײגענע נאַציאָנאַלע שפּראַך. דער ניװאָ פֿון די קענטענישן איז געװען פֿאַרשידן: אין אוזבעקיסטאַן אָדער עסטלאַנד, למשל, איז דאָס פֿאַר אַ סך מענטשן געװען זײער טאָג-טעגלעכע אומגאַנג־שפּראַך. אַ היפּשע צאָל מענטשן, באַזונדערס פֿרױען אין די דערפֿער, האָבן קױם געקענט רוסיש. װײַסרוסלאַנד, להיפּוך, איז געװען די סאַמע רוסיפֿיצירטע פֿון אַלע סאָװעטישע רעפּובליקן. װײַסרוסיש איז געװען אַן אָפֿיציעלע שפּראַך מיט אַלע פּישטשעװקעס: ליטעראַטור, טעאַטער, צײַטונגען וכדומה, אָבער אין די שטעט און שטעטלעך האָט מען גערעדט כּמעט אױסשליסלעך רוסיש.
נאָך 1991, װען װײַסרוסלאַנד איז געװאָרן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, האָט זיך די נאַציאָנאַל־געשטימטע װײַסרוסישע אינטעליגענץ גענומען אױפֿצולעבן און פֿאַרשפּרײטן װײַסרוסיש װי אַ שפּראַך פֿון דער נײַער, פּאָסט־סאָװעטישער קולטור. אָבער נאָכן קומען צו דער מאַכט אין 1994, האָט פּרעזידענט לוקאַשענקאָ באַטראַכט די דאָזיקע שטרעבונגען מיט אַ חשד, װײַל פּאָליטיש האָבן זיך די אָנהענגער פֿון װײַסרוסיש מער אָריענטירט אױף אײראָפּע, ניט אױף רוסלאַנד. אָבער לוקאַשענקאָ איז אַ פֿיפֿיקער און געניטער פּאָליטיקער, און איצט, ערבֿ די פּרעזידענטישע װאַלן, װאָס ער װעט בלי–ספֿק נאָך אַ מאָל געװינען, שפּילט ער װידער צו די נאַציאָנאַליסטן.
אין משך פֿון לוקאַשענקאָס לאַנג־יעריקער שליטה האָט זיך געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקער מצבֿ. װײַסרוסיש פֿאַרבלײַבט, בײַגלײַך מיט רוסיש, אַן אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַך. אױף װײַסרוסיש מאַכט מען אַנאָנסן אין מעטראָ און עראָפּלאַנען, אָבער רעדן רעדט מען אױף רוסיש אָדער אױף אַ געמישטן דיאַלעקט װאָס מען רופֿט „טראַסיאַנקע‟. װען מען הערט יאָ װײַסרוסיש צװישן יונגע לײַט אין אַ שטאָט, קאָן מען זײַן זיכער, אַז זײ געהערן צו דער אָפּאָזיציע. עס איז מסתּמא ניטאָ קײן אַנדער לאַנד, װוּ די אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַך זאָל זײַן אַזױ נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטישער אָפּאָזיציע צו דעם הערשנדיקן רעזשים.
װי אַזױ זשע פֿאַרשפּרײט מען די װײַסרוסישע שפּראַך צװישן דער רוסיש–רעדנדיקער באַפֿעלקערונג, און בפֿרט צװישן דער אינטעליגענץ? קודם־כּל, האָט מען עס געמאַכט נײַ־מאָדיש. װײַסרוסיש איז אַ סימן פֿון אָנגעהעריקײט צו דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער שטאָטישער סבֿיבֿה. צװײטנס, שאַפֿט מען אַ נײַע קולטור, מיט ליטעראַטור, פּרעסע, טעלעװיזיע, ראַדיאָ, טעאַטער און מוזיק אױף װײַסרוסיש. אַ טײל פֿון די אַנשטאַלטן, אַזעלכע װי דער הומאַניטאַרער אוניװערסיטעט און די ראַדיאָ־סטאַנציע, געפֿינען זיך אין אױסלאַנד, אין פּױלן און ליטע, און זײַנען דערפֿאַר פֿרײַ פֿון דער צענזור. אין װילנע דרוקט מען אױך די װערק פֿון נײַע װײַסרוסישע מחברים.
אָבער דער שטאַרקסטער כּוח זײַנען די ענטוזיאַסטן, װאָס שאַפֿן אַ לעבעדיקע סבֿיבֿה, װוּ מען קאָן רעדן צװישן זיך אױף װײַסרוסיש. אַ סך פֿון זײ האָבן זיך אױסגעלערנט זײער „מאַמע־לשון‟, און דערפֿאַר זײַנען זײ זײער טאָלעראַנט צו די, װאָס קענען זי נאָך ניט גוט. מען האָט געשאַפֿן אַ נעצװערק פֿון קרײַזלעך, װאָס הײסן „מאָװאַ צי קאַװאַ‟, אַ װערטערשפּיל װאָס מיינט סײַ „שפּראַך אָדער קאַװע‟, סײַ „אַ טשיקאַװע שפּראַך‟. די דאָזיקע איניציאַטיװ האָט זיך אָנגעהױבן אין מאָסקװע, װוּ מען טרעפֿט זיך רעגולער אין אַ קאַפֿע־הױז לעבן דעם בעלאָרוסקי װאָקזאַל. ענלעכע קרײַזלעך זײַנען פֿאַראַן אין װאַרשע און אַװדאי אין מינסק. די צװײטע איניציאַטיװ, װאָס איז אױסגעװאַקסן פֿון דער ערשטער, הײסט „מאָװאַ נאַנאָװאַ‟, „די שפּראַך פֿון דאָס נײַ‟, וואָס איר ספּעציעלע צװעק איז צוציִען די, װאָס האָבן אַ מאָל געקענט אָדער שטודירט װײַסרוסיש, אָבער האָבן עס לאַנג ניט באַנוצט.
אין די סאָװעטישע צײַטן האָט װײַסרוסלאַנד געהאַט אַ צאָל גוטע שרײַבער, װאָס האָבן טאַקע געשריבן אױף װײַסרוסיש: װאַסיל ביקאָװ, אַלעס אַדאַמאָװיטש, װיטאַלי קאָראָטקעװיטש. זײ האָבן דערצײלט װעגן דער מלחמה אַנדערש, װי די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע. זײערע ראָמאַנען זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן דער רוסיש־רעדנדיקער אינטעליגענץ, װאָס האָט זײ געלײענט אין דער רוסישער איבערזעצונג. די נײַע כװאַליע פֿון דער װײַסרוסישער ליטעראַטור איז אַנדערש. זײ שרײַבן אי אױף רוסיש, אי אױף װײַסרוסיש, און זײערע װערק זײַנען לעבעדיק, איראָניש און הײַנטצײַטיק. זײער לײענער איז די הײַנטיקע װײַסרוסישע יוגנט. אַפֿילו װען מען שרײַבט אױף רוסיש, האַלט מען אין זינען, קודם־כּל, דעם אײגענעם, װײַסרוסישן לײענער.
אָבער דאָס מאַכט ניט די דאָזיקע ליטעראַטור פּראָװינציעל. אײנער פֿון די פּאָפּולערע הײַנטיקע שרײַבער איז פּאַװעל קאָסטיוקעװיטש, װאָס לעבט שױן זיבעצן יאָר אין ישׂראל. זײַן בוך דערצײלונגען „די געזאַמלטע קאָמאַנדע פֿון רעפּובליק בעלאַרוס אין ניט–װיכטיקע מינים ספּאָרטן‟ האָט באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער פּױלישער אַמבאַסאַדע. קאָסטיוקאָװיטש האָט איבערגעזעצט אױף װײַסרוסיש די װערק פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער קורט װאָנעגוט און אַרבעט איצט אױף דעם ערשטן װײַסרוסיש־חעברעיִשן װערטערבוך. אַגבֿ, דער באַנײַער פֿונעם מאָדערנעם עבֿרית, אליעזר בן־יהודה, שטאַמט פֿון דעם װײַסרוסישן שטעטל גלובאָק, װוּ מען האָט אים איצט אַװעקגעשטעלט אַ דענקמאָל.
דאָס אױפֿלעבן װײַסרוסיש האָט אַ בולטע פּאָליטישע דימענסיע. מען װיל שאַפֿן אַן אײגענע קולטור מיט אַ נײַ פּנים, װאָס װעט קוקן אױף מערבֿ, און ניט אױף מיזרח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.