פּרעזידענט אָבאַמאַ רעדט מיטן Forward

President Obama Speaks to the Forward


פֿון דזשיין אײַזנער (Forward)

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.

בײַם סוף פֿון מײַן אינטערוויו מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿרײַטיק, דעם 28סטן אויגוסט, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן די „אויסערגעוויינטלעכע שטיצע‟, וואָס ער האָט במשך פֿון זײַן פּאָליטישער קאַריערע געקראָגן פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, האָב איך אים געשטעלט אַ פּערזענלעכע פֿראַגע: „שטערט עס אײַך, ווען מענטשן זאָגן, אַז איר זענט אַנטיסעמיטיש?‟

„אַוודאי,‟ האָט ער געענטפֿערט, זיצנדיק אָנגעלענט אין זײַן בענקל, לעבן אַ גלאָז טיי, וואָס ער האָט זיך נאָך צו איר אַפֿילו נישט צוגערירט. „און ס׳איז נישטאָ קיין ברעקל באַווײַזן דערפֿון, אַחוץ יענע צײַטן, ווען איך בין נישט מסכּים געווען מיט אַ געוויסער פּאָזיציע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג.‟

ערשט שפּעטער האָב איך זיך געכאַפּט ווי וויכטיק ס׳איז געווען יענער טייל פֿון אונדזער שמועס. קיין אַנדערער פּרעזידענט, אַרײַנגערעכנט ריטשאַרד ניקסאָן, וואָס האָט אויסגעדריקט בפֿירושע אַנטיסעמיטישע מיינונגען, האָט נישט געדאַרפֿט ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע פֿון דער מעדיאַ. די סיבה דערפֿון שטעקט אין דעם, ווײַל די באַציִונג־דינאַמיק צווישן דעם פּרעזידענט און די אַמעריקאַנער ייִדן איז הײַנט אַנדערש. אָבאַמאַ איז דער ערשטער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט, וואָס זײַן אַדמיניסטראַציע און די ישׂראלדיקע רעגירונג געטרויען נישט איינער דעם צווייטן.

דערצו האָט זיך שטאַרק געביטן די אַמעריקאַנער ייִדישע געזעלשאַפֿט. די ייִדישע פֿירערשאַפֿט אַליִיִרט זיך מיט פּרעמיער בנימין נתניהוס רעכט־ליניקער פּאָליטיק וועגן איראַן, די פּאַלעסטינער און די רעליגיעזע ענינים, בעת אַ וואַקסנדיקע צאָל ייִדן, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור, פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון ישׂראל אָדער קריטיקירט עפֿנטלעך די אַקציעס פֿון נתניהוס רעגירונג. די אָנגעהיצטע מחלוקת וועגן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן האָט נאָך שאַרפֿער געמאַכט דעם שפּאַלט.

מסתּמא דערפֿאַר האָט אָבאַמאַ די פֿאַרגאַנגענע וואָך מסכּים געווען זיך צו טרעפֿן מיט מיר, נאָך מײַן האָבן עס פֿאָרגעלייגט מיט אַ לאַנגער צײַט צוריק. הגם ער האָט מיר דערלויבט צו פֿרעגן וואָס איך וויל, איז געווען קלאָר, אַז ער וויל רעדן וועגן איראַן.

האָב איך אים געפֿרעגט: „ווי קענט איר פֿאַרזיכערן די ישׂראלים און זייערע שטיצער, אַז די ביליאָנען דאָלאַרן, וואָס וועלן איצט ווידער זײַן צוטריטלעך פֿאַר איראַן, וועט זיי נישט שטעלן אין אַ גרעסערער סכּנה?‟