ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

צבֿי חפֿץ
צבֿי חפֿץ

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published September 02, 2015, issue of September 18, 2015.

אַ נײַער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד

די וואָך איז באַקאַנט געוואָרן דער נאָמען פֿון דעם נײַעם אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד. דאָס וועט זײַן צבֿי חפֿץ, אַ געוועזענער אָפֿיצער פֿון מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט, יוריסט, געשעפֿטסמאַן און דיפּלאָמאַט. ער וועט אָנקומען קיין מאָסקווע באַלד ווי עס וועט זיך ענדיקן זײַן קאַדענץ ווי אַ ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין ווין.

פּראָבלעמען פֿאַר דער ייִדישער דערציִונג

דעם ערשטן סעפּטעמבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַ לערן־יאָר אין אַלע רוסלענדישע שולן. פֿאַר ייִדישע שולן פֿון מאָסקווע וועט דאָס קומעדיקע יאָר זײַן נישט קיין לײַכטס. די מלוכה האָט בדעה אײַנצופֿירן אַ סטאַנדאַרט פֿאַר אַלע שולן און אוניפֿיצירן די לערן־פּראָגראַם. דאָס באַדראָט אויך די ייִדישע מלוכישע שולן, ווײַל זיי קענען פֿאַרלירן זייער ייִדישע אידענטיטעט: עס וועלן זײַן גאָר ווייניק לעקציעס פֿון העברעיִש, ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע, מע וועט ניט קענען מאַכן קאַניקולן בעת די יום־טובֿים און האַלטן כּשרות אין שול, ווײַל די גאָרקיכן מוזן פֿון דעם יאָר אומבאַדינגט באַשטעלן דאָס עסן נאָר אין מלוכישע שפּײַז־אַנשטאַלטן.

אין „באַזונדערע שולן‟ וועט די מלוכה שיקט אויף אַרבעט אירע אייגענע קאַדרען. ס’איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון זײַן שטעלע דער דירעקטאָר פֿון איינער פֿון די צוויי בעסטע מלוכישע ייִדישע שולן אין מאָסקווע — גריגאָרי ליפּמאַן; אויף זײַן שטעלע איז באַשטימט געוואָרן אַ נײַער דירעקטאָר, וואָס האָט ניט צו טאָן מיט קיין ייִדישקייט.
אין אַזעלכע אומשטאַנדן ווערן שטאַרקער די ייִדישע פּריוואַטע שולן. בכלל, זענען די פּריוואַטע שולן אין רוסלאַנד נישט אָנגענומען, און דער בילדונג־ניוואָ אין כּמעט אַלע פֿון זיי איז זייער נידעריק. אָבער פֿאַר ייִדן, וואָס ווילן, אַז זייערע קינדער זאָלן באַקומען אַ רעליגיעזע ייִדישע דערציִונג, און וואָס האַלטן ניט פֿון דעם ניוואָ פֿון קענען מאַטעמאַטיק, רוסיש און אַנדערע אַלגעמיינע לימודים, זענען די פּריוואַטע ייִדישע שולן אַן אויסוועג. אין מאָסקווע זענען דאָ עטלעכע פֿרומע שולן, און דאָס יאָר האָט זיך געעפֿנט נאָך איינע, „שלום‟, פֿאַר מיידלעך, וואָס געהערט צום רוסישן חב״ד.