„ס׳איז אַן ענין פֿון צעטייל-און-הערש,
ווײַל מע האָט געלאָזט אַ ייִד זיך אַרײַנרײַסן אין מײַן חבֿרה. […]
פּטור ווערן פֿון דעם טײַוול איז זייער פּשוט,
שיסט אויס אַ קויל אין זײַן טעמפּל,
ווײַל עס קען נישט זײַן אייביק אַ ’שוואַרצע חבֿרה‘
מיט אַ ווײַסן ייִד, וואָס באַלעבאַטעוועט מיט אײַך.‟
די דאָזיקע קאָנטראָווערסאַלע שורות געהערן צום זייער געלונגענעם אַמעריקאַנער ראַפּ-מוזיקער אײַס קיוב, אין זײַן ליד „אָן וואַזעלין‟, פֿון 1991. דאָס גאַנצע ליד איז אָנגעשריבן געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער פּלוגתּא צווישן קיוב און די אַנדערע מיטגלידער פֿון קיובס געוועזענער גרופּע N. W. A. דער געשעפֿטס-פֿירער פֿון דער גרופּע האָט געהייסן דזשערי העלער (געבוירן אין 1940), אַן אַמעריקאַנער ייִד פֿון קאַליפֿאָרניע, וואָס האָט געאַרבעט אין די מוזיק-געשעפֿטן זינט די 1970ער יאָרן. העלער ווערט גערעכנט ווי איינער פֿון די הויפּט-פֿיגורן, וועלכער האָט געהאָלפֿן אויפֿצושטעלן דעם מוזיקאַלן זשאַנער „גענגסטער-ראַפּ‟, וואָס שטאַמט פֿון די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער געטאָס אין קאַליפֿאָרניע, און האָט רעאַליסטיש באַשריבן דאָס לעבן פֿון אָרעמקייט, גוואַלד און פֿאַרברעכערישקייט.
די געשיכטע פֿון דער גרופּע N. W. A ווערט איצטער געשילדערט אינעם נײַעם דראַמע-פֿילם „גלײַך פֿון קאָמפּטאָן‟ (Straight Outta Compton), וואָס איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער רעקאָרד־שלאָגער פֿון די קינאָ-קאַסעס אין אַמעריקע. N. W. A איז געגרינדעט געוואָרן אינמיטן די 1980ער יאָרן און איז געוואָרן אַ סענסאַציע מיט אירע פּראָטעסט-לידער קעגן דער ברוטאַלער אויפֿפֿירונג פֿון דער פּאָליציי אין זייערע געגנטן; אַ טעמע, וואָס האָט עד-היום ווײַט נישט פֿאַרלוירן איר אַקטועלקייט.
אײַס קיוב, וואָס האָט געהאַט אָנגעשריבן אַ סך טעקסטן פֿאַר דער גרופּע, האָט זי פֿאַרלאָזט אין 1989 צוליב געלט-מחלוקתן. אין דער סצענע, וווּ די אַנדערע מיטגלידער זעצן זיך אויס צו הערן „אָן וואַזעלין‟, מאַכט דווקא העלערס געשטאַלט (אויסגעצייכנט געשפּילט דורך פּאָל דזשיאַמאַטי) דעם גרעסטן טאַראַראַם איבערן ליד. העלער, און שפּעטער אויך עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, האָבן באַשולדיקט קיובן אין אַנטיסעמיטיזם. גלײַך נאָך דעם, גיט העלער עפּעס צו, וואָס לויט מײַן מיינונג, האָבן ס׳רובֿ צוקוקער פּשוט נישט באַמערקט: העלער סטראַשעט מיט כּעס, אַז ער וועט זיך ווענדן צו זײַנע חבֿרים אין JDL, זיי זאָלן שוין באַהאַנדלען דעם ענין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.