פֿאַרפֿירט דורך אונדזער טעכנאָלאָגיע

Led Astray By Our Technology and Our Tongue


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 04, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ווײַטער גייט אַ סעריע: „קינדל‟, אַן „אײַ־פּעד‟, אַ „פֿייס־בוק‟, אַ „טוויטער‟, „אינטערנעט‟, „בלאַג‟, „נעטפֿליקס‟, „לײַן־דייטינג‟, „אַפּס‟, „אינסטענט מעסעדזשינג‟ — מיט איין וואָרט, די וועלט דרייט זיך און דער מענטש פֿרייט זיך, ביז מיר זײַנען דערגאַנגען צו אַ זייגער, וואָס רעדט זיך אַדורך מיט אײַער טעלעפֿאָנדל. נישט גענוג וואָס איר קענט כאַפּן אַ שמועס אויפֿן ממזירישן טאַש־מאַשינקעלע אין גאַס, אין באַן, אין אויטאָבוס, אין רעסטאָראַן, אין אוניווערסיטעט; ווען מ’פֿאַרמאָגט אַ נודנעם פּראָפֿעסאָר, אין דער ביבליאָטעק, אין שפּיטאָל, טרײַבנדיק אַן אויטאָ, אַדורכשמועסן זיך מיט אויסלאַנד, און וווּ די וועלט האָט אַן עק, דערגייט אַהין אײַער קול. מ’דאַרף שוין מער נישט די נאָענטקייט פֿון מענטשן, פֿרײַנד, באַקאַנטע, טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, אַ וועלט מיט קרובֿים, מ’איז פֿאַרטאָן טאָג און נאַכט מיטן צאַצקעלע אין טאַש.

דאָס איז אָבער שוין גאָרנישט, ווען עס קומט צו אונדזערע קינדער און אייניקלעך. דעמאָלט איז הימל עפֿן זיך. קינדער אין די וויגן וויינען שוין נישט מער. אַנשטאָט צו פֿאַרשטאָפּן זיי די מײַלעכלעך מיט סאָסקעלעך און צוקערקעס, גיט מען זיי דאָס קליינע ממזירל, דאָס קאָמפּיוטערל, הייסט עס, וואָס זינגט און שפּרינגט, מיט חיהלעך וואָס רעדן און טשערעפּאַכעס וואָס זינגען, פֿייגעלעך וואָס לערנען די קינדערלעך דעם א״ב מיט די ששת־ימי־בראשית, מיט דער הפֿטורה, מיט די תרי”ג מיצוות און גיב מיר אַ „לאַליפּאַפּ‟.

הײַנט צו טאָג נעמט, למשל, דאָס „קלוגע‟ מיידל מיט דער חבֿרה טאַטויִרטע יונגע יאַטן, וואָס פֿלירטעווען און חנדלען זיך, און פֿירן ליבעס אויפֿן טעלעפֿאָנדל, וואָס קאָקעטירט און ווינקט מיט שיינע ריידעלעך. די וועלט האָט זיי שוין פֿאַרזאָרגט מיט „מעסעדזשינג‟, „ווידעאָ־קאָנפֿערענסינג‟, „סקײַפּ‟, אָפּגעזונדערט פֿון שׂכל־הישר, פֿון דער וועלט און פֿון די נאָענטע פֿרײַנד — חי געלעבט! מ’דאַרף שוין נישט קיינעם.

איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן שוין די נײַע דורות אָנווערן די פֿיס, ווײַל ווער דאַרף זיי, אַז מ’שיקט דיר אַלץ צו אַהיים, וואָס אַן אמת מאַכט מען שוין די נײַע אויטאָס, וואָס פֿאָרן אויטאָמאַטיש, מען דאַרף נאָר געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל און זיי אָנזאָגן, וווּהין צו פֿאָרן און דער עיקר, אויסמײַדן קאַטאַסטראָפֿעס. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז פֿליִען מיטן עראָפּלאַן וועט אָנקומען אַ סך גרינגער; עס וועלן שוין נישט זײַן קיין לופֿט־פֿעלדער, יעדער עראָפּלאַן וועט לאַנדן אויפֿן דאַך פֿון אײַער הויז. אַנשטאָט רעוואָלווערן וועלן די פּאָליציאַנטן זײַן באַזאָרגט מיט שיסנדיקע שלאָף־געטראַנקען, איין שאָס — און דער יוקל שלאָפֿט.

ס’איז שוין פֿאַראַן אַזאַ זאַך, ווי אַן אויטאָמאַטישער דאָקטער, איין קוועטש, און איר האָט אים פֿאַרשלעפּט צו זיך, ער באַזוכט אײַך אין דער היים פֿון זײַן קאַבינעט מיט ראַדאַר; באַזאָרגט אײַך מיטן מעדיקאַמענט, וואָס קומט צו אײַך צו פֿליִען פֿון דער אַפּטייק. אָפּערירן וועט מען אײַך אין אַ לופֿט־מאַשין, וואָס וועט הענגען צווישן די כירורגן און די פֿיר ווענט פֿון אײַער שטוב. בײַם פֿאַרענדיקן וועט מען אײַך באַגיסן מיט אַ פֿליסיקייט, און איר וועט קענען זײַן ווידער פֿריש, צעחושט און משוגע.

זיקנה וועט אויך נישט זײַן קיין מניעה. איר וועט זיך קענען אויסקלײַבן אַ וועלכע עלטער איר ווילט און אויסלעבן זיך די יאָרן אין דעם. אין טעאַטער וועלן די אַקטיאָרן נישט דאַרפֿן זיך אויסלערנען פֿון אויסנווייניק די ראָלעס; איין קוק — און גאַנץ שעקספּיר פֿליסט ווי בײַ זיי ווי וואַסער. ווי אַ רעזולטאַט וועלן שוין די קינדער געבוירן ווערן אָן אַ צונג; בלויז מיט דינע פֿינגערלעך, נישט צען; נאָר אַ טוץ אויף צו קענען קוועטשן אַלע קנעפּלעך.