ס׳איז ניט קיין צופֿאַל, וואָס די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן, דער דעמאָקראַט בערני סאַנדערס און דער רעפּובליקאַנער דאָנאַלד טראָמפּ, וועלכע ציִען איצט צו די גרעסטע צאָל צוהערער אויף זייערע פֿאַרזאַמלונגען און דערוועקן די גרעסטע באַגײַסטערונג צווישן זייערע אָנהענגער, רעדן ביידע מיט אַ שטאַרקן ניו־יאָרקער אַקצענט. דער דאָזיקער אַקצענט שפּילט פֿאַר ביידע אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שאַפֿן זייער פּאָליטישע „פּערסאָנאַ‟, ווי שטאַרקע, האַרטנעקיקע, ענערגישע קעמפֿער פֿאַר די פּשוטע מענטשן — סײַ בײַ די דעמאָקראַטן און סײַ בײַ די רעפּובליקאַנער.
דאָס חשיבֿות פֿונעם אַקצענט אין אונדזער פּאָליטיש לעבן טאָר מען ניט אונטערשאַצן. אַ קאַנדידאַט, וואָס רעדט ניט אויפֿן ריכטיקן פֿאָלקסטימלעכן אופֿן, וועט מסתּמא דורכפֿאַלן אין די וואַלן, ניט געקוקט אויפֿן אינהאַלט פֿון זײַנע רייד. דערבײַ איז דער ניו־יאָרקער אַקצענט ניט אַלע מאָל געווען אַ מעלה. מײַן זיידע האָט נאָך געדענקט די וואַלן פֿון 1928, ווען דער דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט, אַל סמיט, דער גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק, האָט גערעדט אויפֿן נאַציאָנאַלן ראַדיאָ אין זײַן ניו־יאָרקער ענגליש („ראַדיאָ‟ האָט ער אַרויסגערעדט raddio). נאָך ערגער: ער איז געווען אַ קאַטוילישער, ניט קיין פּראָטעסטאַנטישער קריסט — האָבן די גרויסע מאַסן „עכטע אַמעריקאַנער‟ אים אָפּגעוואָרפֿן. פּרעזידענט פֿראַנקלין רוזעוועלט האָט אויך גערעדט מיט אַ ניו־יאָרקער אַקצענט, אָבער פֿון אַ ספּעציפֿישן סאָרט, ווי די רײַכע ניו־יאָרקער האָבן דעמאָלט גערעדט — האָט עס דווקא געקלונגען אַריסטאָקראַטיש.
אין משך פֿונעם לעצטן האַלבן יאָרהונדערט, איז דער פּאָפּולערסטער פֿאָלקסטימלעכער אַקצענט געווען דער דרומדיקער. אַזוי האָבן גערעדט די פּרעזידענטן דזשאָנסאָן, קאַרטער, קלינטאָן, און דער צווייטער בוש (דער ערשטער בוש רעדט ווי אַ גבֿיר פֿון מאַסאַטשוסעטס, נעבעך.) דאָס הייסט, אַ העלפֿט פֿון דער צײַט, 25 יאָר, האָבן מיר געהאַט אַ פּרעזידענט, וואָס רעדט אַ דרומדיקן ענגליש. אַזוי ווי די מענטשן פֿון ס’רובֿ אַנדערע ראַיאָנען רעדן מער־ווייניקער דעם זעלביקן פּאַרעווען אַמעריקאַנער ענגליש, האָבן די דרומדיקע פּאָליטיקער געקענט זיך אויסצייכענען מיט זייער מער „אויטענטישן‟, פֿאָלקסטימלעכן אופֿן פֿון רעדן.
אָבער דערווײַל האָט מען געהערט אַזוי פֿיל דרומדיקן ענגליש, אַז ס׳איז די וויילער שוין נימאס געוואָרן דער סטערעאָטיפּישער אַקצענט פֿון די פֿאַרקויפֿטע וואַשינגטאָן־פּאָליטיקער. אַפֿילו די דרומדיקע וויילער ווילן עס מער ניט הערן. די דאָזיקע ירידה האָט געגעבן דעם ניו־יאָרקער אַקצענט אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו ווערן אַ נײַער סימבאָל פֿון אויטענטישקייט.
אַ וויכטיקער אַספּעקט פֿונעם ניו־יאָרקער ענגליש איז אַוודאי דער ייִדישער קאָמפּאָנענט, ווײַל אַפֿילו די היגע ניט־ייִדן באַניצן זיך מיט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס האָבן אָפֿט אַ הומאָריסטישן בײַטעם. אַ דאַנק דער גרויסער ראָלע פֿון ייִדן אין „האַליוווּד‟ און אויף דער טעלעוויזיע, איז אונדזער ענגליש געוואָרן פּאָפּולער אומעטום, אויך אין די דרום־שטאַטן. דעריבער איז גאָר טשיקאַווע צו הערן, ווי דער האַלב־דײַטש, האַלב־שאָטלענדער טראָמפּ (וואָס פֿאַרשיידענע קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין אָנגעהויבן באַצייכענען ווי אַ „פֿאַשיסט‟ און אַ „נאַצי‟) טרעט אויף פֿאַר אַ ריזיקן עולם אין אַלאַבאַמאַ אָדער אין אײַאָאַ און רעדט ווי אַן אַלטער ייִד: „בוש — אוי, אוי, אוי… קערי, אַזאַ שמ*ק!‟ ווי מאָדנע דאָס זאָל אונדז ניט אויסדאַכטן, איז קלאָר פֿונעם געלעכטער, אַז די דרומדיקע רעפּובליקאַנער לעקן די פֿינגער פֿון טראָמפּס „ייִדישקייט‟.
בערני סאַנדערס לייקנט אָפּ קאַטעגאָריש די כּלומרשטיקע ענלעכקייטן צווישן אים און דאָנאַלד טראָמפּ. סאַנדערס איז אַ דעמאָקראַטישער סאָציאַליסט, אַ מענטש מיט פּרינציפּן, אַ פּאָליטישער טוער זײַן גאַנץ לעבן. ער דינט שוין 25 יאָר אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, פֿריִער ווי אַ רעפּרעזענטאַנט, און די לעצטע נײַן יאָר ווי אַ סענאַטאָר. סאַנדערס’ קאַמפּאַניע שטיצט זיך, דער עיקר, אויף די קליינע בײַשטײַערן פֿון טויזנטער פּשוטע מענטשן, און ער איז ספּעציעל פּאָפּולער צווישן אונדזערע ליבעראַלע אינטעליגענטן.
אין די אַלע פּרטים איז ער פּונקט דער היפּוך פֿון טראָמפּ — אַ ביליאָנער, וואָס האָט ניט געדינט דער מלוכה קיין איין טאָג; וואָס האָט ניט, לויט אַלע סימנים, קיין פֿעסטע פּרינציפּן, נאָר ער גייט נאָך די אייגענע אינטערעסן מיט אַן אומדערהערטער ווילדקייט און עקשנות, וואָס אַמעריקע האָט מסתּמא ניט געזען זינט פּרעזידענט ניקסאָן. בשעת סאַנדערס מאַכט זיך קליין, ווי אַ סימבאָלישע פֿיגור, אַ מענטש פֿון פֿאָלק, וואָס דערמוטיקט די וויילער צו מאַכן אַ רעוואָלוציע, שאַפֿט טראָמפּ אַרום זיך אַ גאַנצן קולט פֿון פּערזענלעכקייט און טענהט, אַז ער קען אַליין אויסלייזן דאָס לאַנד פֿון זײַנע פּראָבלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.