(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון דעסטוועגן, ווײַזן די צוויי קאַנדידאַטן אַרויס אַנדערע ענלעכקייטן, חוץ דעם אַקצענט אַליין. זיי לויפֿן ביידע קעגן דעם פּאַרטיי־עסטאַבלישמענט מיטן אַרגומענט, אַז זיי זײַנען אומאָפּמהענגיק פֿון די גרויסע געלטגעבער. זיי זאָגן אַרויס זייערע מיינונגען אָפֿן און קלאָר, ניט־פֿאַרשטעלט, און ניט אינעם געוויינטלעכן פּאָליטישן זשאַרגאָן. דערווײַל, דאַרף מען זאָגן, האָט דער רעפּובליקאַנער עסטאַבלישמענט שטאַרקער מורא פֿאַר טראָמפּ ווי דער דעמאָקראַטישער — פֿאַר סאַנדערס, ווײַל טראָמפּ איז אויפֿן ערשטן פּלאַץ, ער רעדט מיט פֿײַער, און אויב ער וויל, קען ער באַגראָבן זײַן פּאַרטיי אין 2016. אפֿשר געפֿעלט אים אַזוי, און ניט ווייניק דעמאָקראַטן האָפֿן, אַז ער וועט עס טאַקע טאָן.
דער אמתער מצבֿ איז אָבער מער קאָמפּליצירט. טראָמפּס קעגנער טענהן (מסתּמא מיט רעכט), אַז ער איז ניט קיין אמתער קאָנסערוואַטיווער אָדער רעפּובליקאַנער, נאָר אַ באַהאַלטענער דעמאָקראַט. ס׳איז קלאָר, אַז ער האָט ניט קיין פֿעסטע מיינונג וועגן אַבאָרטן אָדער שטײַערן, אָדער די אַנדערע זאַכן, וואָס די רעפּובליקאַנער האַלטן זיי פֿאַר הייליק. ער ווײַזט זיך אַרויס פֿאַר אַ רעכטן (טאַקע אַן עקסטרעם רעכטן) בלויז לגבי דער פֿראַגע פֿון אומלעגאַלער אימיגראַציע, אַ טעמע, וואָס די עסטאַבלישמענט־רעפּובליקאַנער האָבן געוואָלט אויסמײַדן ווי דעם טויט.
איך פּערזענלעך בין טראָמפּ חושד, אַז אים גייט אָן די פֿראַגע פֿון דער אומלעגאַלער אימיגראַציע ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. ער האָט פֿריִער אין לעבן, דאַכט זיך, אין משך פֿון צענדליקער יאָרן ניט געהאַט וואָס צו זאָגן וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע. אָבער אים איז אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס איז דער פּערפֿעקטער שטעקן, מיט וועלכן ס׳איז כּדאַי צו שלאָגן די עסטאַבלישמענט־קאַנדידאַטן, דער עיקר — דזשעב בוש, וואָס איז באַקאַנט ווי אַ „ליבעראַלער‟ אין דעם ענין. אויף דעם אופֿן קען טראָמפּ סײַ אויסבאַהאַלטן זײַן ניט־קאָנסערוואַטיווקייט, סײַ צעקלאַפּן בוש און די אַנדערע, וואָס זײַנען כּלמורשט „שוואַך‟ לגבי אימיגראַציע. דערווײַל אַרבעט די דאָזיקע סטראַטעגיע טראָמפּס אויסגעצייכנט, אָבער בלויז אין אַ האַלב יאָר אַרום וועט מען ערשט וויסן, צי ער קען טאַקע אויספֿירן אַזאַ קונץ.
דער לייענער מיינט אפֿשר, אַז מײַן טעאָריע שמעקט צו פֿיל מיט קאָנספּיראַציע; עס זײַנען פֿאַראַן גענוג סימנים זי צו באַשטעטיקן. די פֿרײַנדלעכע אַרטיקלען וועגן טראָמפּ אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ (עטלעכע פֿון מאָרין דאַוד, למשל) ווײַזן, אַז אַ סך ליבעראַלע דעה־זאָגערס זײַנען זייער צופֿרידן, וואָס ער צעממיתט בוש און נעמען ניט אָן צו ערנסט דאָס איציטיקע משוגעת זײַנס וועגן אימיגראַציע.
פֿון זײַנע אַרויסזאָגונגען אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר — אין אינטערוויוען, אין זײַנע אייגענע ביכער — איז קלאָר, אַז טראָמפּ האָט כּסדר געחלומט צו ווערן אַ פּרעזידענט. נעמענדיק אין באַטראַכט זײַן לעבן, זײַן פּערזענלעכקייט און זײַן „פּערסאָנאַ‟, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ער וואָלט ניט געקענט באַקומען די דעמאָקראַטישע נאָמינאַציע — דאָס לאָזט זיך ניט קויפֿן אַזוי גרינג. אָבער די רעפּובליקאַנער נאָמינאַציע איז מעגלעך צו באַקומען, אויב מען איז גרייט צו צאָלן גענוג, און עס דאַכט זיך, אַז טראָמפּ איז גרייט צו צאָלן.
ס׳איז דאָ נאָך אַן ענלעכקייט: סאַנדערס און טראָמפּ פֿאַרשטאַרקן איינער דעם צווייטן. די נאַראַטיוון, וואָס זיי דערציילן, באַשטעטיקן איינער דעם צווייטן. אָט זאָגט סאַנדערס, אַז דאָס לאַנד ווערט אָנגעפֿירט פֿון ביליאָנערן, און אָט קומט אַ ביליאָנער און זאָגט די זעלביקע זאַך. ביידע טענהן, אַז די פּאָליטישע סיסטעם איז קאָרומפּירט און אַז מע דאַרף נעמען עמעצן „פֿון דרויסן‟, וואָס זאָל די סיסטעם פֿאַרריכטן. דעריבער וועל איך איצט זאָגן נבֿיאות, אַז וואָס שטאַרקער עס ווערט טראָמפּ, אַלץ שטאַרקער וועט אויך ווערן סאַנדערס. עס איז פֿאַראַן אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז זיי וועלן ווערן די קאַנדידאַטן פֿאַר זייערע ביידע פּאַרטייען, און אַז די פּרעזידענט־דעבאַטעס וועלן געפֿירט ווערן, צום ערשטן מאָל, אויפֿן ניו־יאָרקער דיאַלעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.