(די 2 טע זײַט פֿון 3)
* * *
דעם 17טן אויגוסט איז געוואָרן 100 יאָר נאָך דער לינטשערײַ פֿונעם ייִד לעאָ פֿראַנק אין דזשאָרדשזיע, און אין דעם קאָמפּאַקטל „Southern Discomfort‟ [דרומדיקע אומבאַקוועמקייט] האָט דער מוזיקער מאַרק רובין אַרײַנגעגעבן אַ ליד אויף ענגליש, אַ באַלאַדע אינעם נוסח פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק, וועגן דעם טראַגישן פֿראַנק מיטן רעפֿרען — „זיי האָבן געהאָנגען דאָס ייִדעלע‟.
מאַרק רובין האָט אין אָסטין לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער קאַפּעליע „רובינטשיקס אָרקעסטער‟, און כאָטש ער איז באַקאַנט ווי אַ באַסיסט, שפּילט ער אויך גיטאַר און באַנדזשאָ. ער רופֿט זיך „אַ ייִד פֿון אָקלאָהאָמע‟ אויף דער הילע פֿונעם קאָמפּאַקטל, אָבער בלויז אַ טייל פֿון די לידער האָבן אַ שײַכות מיט ייִדישער מוזיק, ווי דאָס שטיקעלע — „רומענישע פֿאַנטאַזיע‟, וואָס אָדם מאָס שפּילט אויפֿן פֿידל. רובין איז איבערגעגעבן צו „אויטענטישער‟ פֿאָלקמוזיק און דעם צוגאַנג שפּירט מען אויף זײַן קאָמפּאַקטל.
* * *
די ניו־יאָרקער רעקאָרדיר־פֿירמע „צדיק‟ האָט געהאָלפֿן אַנטוויקלען אַ „ראַדיקאַלע ייִדישע קולטור‟ דורך מוזיק. אַ סך מוזיקער פֿון דער קלעמזער־וועלט, ווי פֿרענק לאָנדאָן, באַטייליקן זיך אָפֿט אין דער סבֿיבֿה. דער טראָמבאָן־שפּילער דן בלאַקסבערג איז אַ פֿײַנער מוזיקער, וואָס מע קען הערן אויף צענדליקער קלעזמער־רעקאָרדירונגען, אָבער זײַן האַרץ ליגט אין אַוואַנגאַרדישער דזשעז־מוזיק ,און דאָס הערט מען אין זײַן קאָמפּאַקטל „Pillar Without Mercy‟ , [דער זײַל אָן רחמנות], וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט מיט זײַן גרופּע „דבֿקות‟ [Deveykus] אין דער „צדיק‟־פֿירמע.
מע פֿאַרשטייט פֿונעם נאָמען פֿון זײַן גרופּע, אַז די מוזיקער ווילן דערגרייכן אַ העכערן גײַסטיקן ניוואָ דורך זייער שפּילן. קיין פֿאָלקמוזיק, קיין טאַנצמוזיק, קיין לידער וועט מען נישט הערן. דער איינציקער בלאָז־אינסטרומענט אין דער גרופּע איז בלאַקסבערגס טראָמבאָן. ער שפּילט מיט צוויי גיטאַרן, אַ באַס און פּײַקלעך, דעריבער קלינגט עס נאָענט צו ראָק־און־ראָל; אָבער אַ סך מער אַבסטראַקט. איך וואָלט די רעקאָרדירונג רעקאָמענדירט בלויז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון אַוואַנגאַרדישן דזשעז — פֿאַר זיי איז דאָ וואָס צו „צעקײַען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.