ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 21, 2015, issue of October 16, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

29סטער פּרעמיער מיניסטער — פֿאָרשטײער פֿון דער גרעסטער קהילה אין סידנעי

מעלקאָלם טורנבול איז דער פֿאָרשטײער פֿון װענטװוּרט, װוּ עס װױנט די גרעסטע צאָל ייִדן אין ניו־סאַוט װײלס. ער איז די װאָך דערװײלט געװאָרן פֿון די ליבעראַלע מיטגלידער פֿונעם „קאָמאָנװעלט‟־פּאַרלאַמענט װי דער 29סטער פּרעמיער מיניסטער פֿון אױסטראַליע. ער פֿאַרבײַט דעם ליבעראַלן מלוכה־מאַן טאָני עבאָט, װאָס װעט װידער זיצן אינעם פּאַרלאַמענט.

דער מישפּט פֿון װיקטאָריעס הױפּט־געריכט

אַ ריכטער פֿון װיקטאָריעס הױפּט־געריכט האָט געמישפּט, אַז די „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול און איר געװעזענע פֿאַרװאַלטערין, די רביצין מלכּה לײפֿער, זאָלן באַצאָלן העכער 1.2 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן צו אַ פֿרױ, װאָס האָט געליטן סעקסועלע מיסברױכן, בעת זי איז געװען אַ תּלמידה פֿון דער טאָגשול.

ער האָט באַטאָנט, אַז די טאָגשול איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿון איר אָנגעשטעלטן, זאָגנדיק, אַז אױב לײפֿער איז געװען די אָנגעשטעלטע פֿון דער שיל און נישט פֿון דער טאָגשול, אַזױ װי עס האָט געטענהט דער שולס אַדװאָקאַט, האָט די טאָגשול געזאָגט ליגן, װען זי האָט פֿאַרזיכערט דעם אימיגראַציע־מיניסטעריום, אַז לײפֿער איז איר אָנגעשטעלטע. דער ריכטער האָט צוגעגעבן, אַז די טאָגשול האָט אין גאַנצן פֿאַרזען די באַדערפֿענישן און דעם װױלזײַן פֿון די, װעלכע האָבן געליטן װי אַ רעזולטאַט פֿון לײפֿערס פֿאַרברעכנס, װען זי האָט געהאָלפֿן די לײפֿער־משפּחה צו אַנטלױפֿן פֿון מעלבורן אין 2008.

לײפֿער איז איצט אין מדינת־ישׂראל, װוּ זי באַמיט זיך אױסצומײַדן די פֿאָדערונג פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג, דעפּאָרטירט צו װערן קײן אױסטראַליע, כּדי געמישפּט צו װערן אין מעלבורנער קרימינעל־געריכט.

לױט אַ פֿאָרשטײער פֿון דער „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול, האָט די שול נאָך נישט באַשלאָסן, צי זי זאָל אַפּעלירן דעם מישפּט.