ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 21, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

גאַליפּאָליע ענזעקס דערמאָנט

די נעמען פֿון די 36 ייִדישע סאָלדאַטן, װעלכע זײַנען אומגעקומען בעת די שלאַכטן אין גאַליפּאָליע, טערקײַ, בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װעלן פֿאָרגעלײענט װערן אין אױסטראַלישע שילן בעתן יזכּור, פּונקט 100 יאָר נאָך די שלאַכטן.

לאָדזשער יזכּור

העכער 100 לאָדזשער און זײער נאָכװוּקס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין מעלבורן אָפּצומערקן 71 יאָר נאָך דער ליקװידאַציע פֿונעם לאָדזשער געטאָ אין 1944.

ייִדישע שױשפּילער בײַם מעלבורנער פֿרענזן־פֿעסטיװאַל 2015

העכער 6,000 לאָקאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע שױשפּילער װעלן פֿאָרשטעלן זייער קונסט בײַם הײַיאָריקן, 33סטן מעלבורנער פֿרענזן־פֿעסטיװאַל. צװישן זײ זײַנען פֿאַראַן מער װי אַ מנין ייִדן — דער דירעקטאָר, דער פֿאַרװאַלטער, קאָמיקער, ליאַלקע־טעאַטער, אַרטיסטן און אַנדערע.

אױסטראַלישער פֿוסבאָל אין מדינת־ישׂראל

די אױסטראַלישע פֿוסבאָל־ליגע האָט פֿאַרנומען אַ תּל־אָבֿיבֿער פּאַרק, װוּ זעקס מאַנשאַפֿטן האָבן אָנטײלגענומען אינעם „דזשאָלסען בעכער־טורנאַמענט‟. די שלום־מאַנשאַפֿט פֿון דער אױסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע באַשטײט פֿון אױסטראַלישע, ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער שפּילער, װעלכע װעלן אױך אָנטײלנעמען אין די שפּילן אַרום דעם אײראָפּעיִשן בעכער אין קראָאַטיע אין חודש אָקטאָבער ה״י. די אױסטראַלישע פֿוסבאָל־ליגע פֿירט אָן מיט פֿוסבאָל־פֿאַרמעסטן אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, שאָטלאַנד, שװעדן, האָלאַנד, דײַטשלאַנד און אירלאַנד במשך פֿונעם יאָר 2015.