זונטיק, דעם 20סטן סעפּטעמבער, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, געענטפֿערט אויף די טענות מצד זײַנע קריטיקער, אַז מיט זײַנע אַנומלטיקע אַקציעס און ווערטער פּראָוואָצירט ער נישט דעם קאָנפֿליקט אין ירושלים, נאָר וויל בלויז „אָנהאַלטן דעם סטאַטוס־קוואָ‟.
דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה, האָט דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט געבעטן ביידע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט „אויסצומײַדן פּראָוואָקאַטיווע אַקציעס און רעטאָריק‟. דער זיכערהייט־ראַט פֿון דער „יו־ען‟ איז אויך אויפֿגעטראָטן מיט ענלעכע ווערטער און צוגעגעבן, אַז די מוסולמענער מוזן האָבן דאָס רעכט צו באַזוכן זייער הייליק אָרט אויפֿן הר־הבית „אָן קיין דראָונגען און פּראָוואָקאַציעס‟.
די עשׂרת־ימי־תּשובֿה האָבן זיך איצט פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּעריאָד פֿון בלוטיקע צוזאַמענשטויסן אין ירושלים, בעת וועלכע איין ישׂראלי איז דערהרגעט געוואָרן און צענדליקער מענטשן, ישׂראלים און פּאַלעסטינער, האָבן באַקומען וווּנדן.
דער אָנגייענדיקער קאָנפֿליקט איז פֿאַרבונדן מיט די שאַפֿרע ווערטער מצד נתניהו, וועלכער האָט דעם 17טן סעפּטעמבער דערקלערט אַ „מלחמה‟ קעגן די שטיינער־וואַרפֿער. דער פּרעמיער שטרעבט אײַנצופֿירן אַ נײַעם געזעץ, לויט וועלכן די פּאָליציי וועט מעגן גיכער ענטפֿערן אויף די שטיינער מיט פֿײַער און די באַוואַרפֿער וועט דראָען אַ לענגערער תּפֿיסה־טערמין. פֿון זײַן צד, האָט דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, געמאָלדן, אַז דער הר־הבית געהערט צו די מוסולמענער, און אַז די ייִדן טאָרן זיך נישט דאָרטן באַווײַזן מיט זייערע „שמוציקע פֿיס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.