(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די צוזאַמענשטויסן צוליב דעם הר־הבית איז נישט קיין חידוש, בפֿרט אינעם פּעריאָד פֿון די ימים־נוראָים. דעם 9טן סעפּטעמבער האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַרווערט אַן איסלאַמישער פּראָטעסט־גרופּע אַרײַנצוקומען אינעם דאָזיקן אָרט, וואָס ווערט אָנערקענט ווי אַ הייליקטום אין דער מוסולעמענישער רעליגיע. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט דערקלערט, אַז די דאָזיקע גרופּע, וואָס הייסט „מוראַביראַט‟, האָט פֿריִער אָנגעשריגן אויף די ייִדישע באַזוכער פֿונעם הר־הבית און באַוואָרפֿן זיי מיט שטיינער. אָמאַר קיסוואַני, דער גײַסטלעכער מנהיג פֿונעם מעטשעט „אַל־אַקסאַ‟, האָט געטענהט, אַז יעדער מוסולמענער מוז האָבן דאָס רעכט צו קומען אַהין.
מיט דרײַ טעג שפּעטער, ערבֿ ראָש־השנה, האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי דורכגעפֿירט אַן אָבלאַווע אויפֿן הר־הבית און געפֿונען אַ סקלאַד פֿון באָמבעס, פֿײַער־פֿלעשער און שטיינער. בײַנאַכט, ווען דער יום־טובֿ האָט זיך אָנגעהויבן, האָט אַ גרופּע פּאַלעסטינער באַוואָרפֿן מיט שטיינער דעם אויטאָ פֿון אַ 64־יאָריקן ייִד, אַלכּסנדר לעוולאָוויטש, וועלכער האָט צוליב דעם פֿאַרלוירן דעם קאָנטראָל, אַרײַנגעקראַכט דעם אויטאָ אין אַ סלופּ און אומגעקומען.
במשך פֿון די צוויי יום־טובֿדיקע טעג, האָבן 26 פּאַלעסטינער און 5 ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן באַקומען לײַכטע וווּנדן בעת די צוזאַמענשטויסן אויף די ירושלימער גאַסן. דעם 18טן סעפּטעמבער, האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרווערט די מוסולמענישע מענער ייִנגער ווי 40 יאָר צו באַווײַזן זיך אויפֿן הר־הבית פֿרײַטיק, בעת די תּפֿילות אינעם מעטשעט. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ נײַע רונדע פֿון גאַס־געשלעגן; 21 פּאַלעסטינער און 3 ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן פֿרײַטיק.
הגם דער הר־הבית געפֿינט זיך אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע, קאָנטראָלירט דאָס דאָזיקע אָרט דער יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער מוסולמענישער קאָמיטעט „וואַקף‟. בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן, בפֿרט די רעכטע אַקטיוויסטן, באַווײַזן זיך דאָרטן, אין פֿאַרגלײַך מיט בערך 3—4 מיליאָן מוסולמענער פֿון אַרום דער וועלט, וועלכע באַזוכן דעם הייליקן באַרג יעדעס יאָר. צוליב דעם בלײַבט דאָס דאָזיקע אָרט אַ קוואַל פֿון סיכסוכים צווישן ייִדן און מוסולמענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.