(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין אַזעלכע מאָמענטן איז גוט צו פֿאַרשטאַרקן דעם שׂכל דורכן דערמאָנען זיך די אַלע זאַכן, וווּ קיין פּראָגרעס זעט זיך ניט אָן. די נאַטירלעכע סבֿיבֿה, למשל, האַלט שמאָל — אפֿשר וועלן מיר אַפֿילו ניט דאַרפֿן קיין אַסטעראָיִד, כּדי אַלץ חרובֿ צו מאַכן? אָבער דער איצטיקער מצבֿ איז, דאַכט זיך, פֿאָרט בעסער ווי אַן „אײַז־תּקופֿה‟.
אונדזערע נאַציאָנאַלע חובֿות זײַנען, זאָגט מען, אַזוי גרויס, אַז זיי שטעלן אין סכּנה די ווײַטערדיקע עקסיסטענץ פֿון אונדזער „פֿאַרזאָרג־מלוכה‟. דאָס איז ניט גענוג שלעכט? אָבער רעלאַטיוו געזען, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאַנצער עקאָנאָמישער פּראָדוקציע, זײַנען אונדזערע חובֿות גאָר ניט אַזוי גרויס: אַן ערך 71%, און ניט כּמעט 110%, אַזוי ווי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; און אַ סך ווייניקער ווי בײַ די קאַנאַדער, די ענגלענדער, די פֿראַנצויזן, און אַפֿילו די דײַטשן.
די מלחמות אין מיטעלן־מיזרח, די הונדערטער טויזנטער קרבנות, דער מצבֿ פֿון די מיליאָנען פּליטים — זיכער איז דאָרט ניטאָ קיין פּראָגרעס. אָבער די היסטאָריקער זאָגן, אַז אונדזער אײַנדרוק, אַז מע הרגעט איינער דעם צווייטן אַלץ מער און מער, איז אַ פֿאַלשער: פֿאַקטיש פֿאַלט די צאָל קרבנות פֿון געוואַלד־מעשׂים שוין הונדערטער יאָרן כּסדר — ניט אין דער אַבסאָלוטער צאָל, נאָר ווי אַ פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. אַפֿילו אַז מע רעכנט אַרײַן די שחיטות פֿון הײַנט אָדער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, מערקט זיך אַ דײַטלעכע פֿאַרבעסערונג אין אונדזער מצבֿ (דאָס איז, סטאַטיסטיש גערעדט, וועגן דער מענטשהייט בכלל, ניט וועגן אונדז ייִדן, צום באַדויערן).
כּדי צו געפֿינען זאַכן, וואָס ווערן טאַקע ערגער מיט דער צײַט, דאַרף מען אפֿשר אָנקומען צו דער קונסטוועלט. מיר האָבן ניט קיין מאָלער, וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט דאַ ווינטשי, מיקעלאַנדזשעלאָ און ראַפֿאַעל; ניט קיין קאָמפּאָזיטאָרן וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט באַך, בעטהאָווען און מאָצאַרט; ניט קיין פּאָעטן, וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט שעקספּיר אָדער דאַנטע. אמת, אונדזערע הײַנטיקע קינסטלער צייכענען זיך אויס מיט אַנדערע מעלות: אַבסטראַקטע ליניעס, אַבסורדישע שטריכן, נײַמאָדישע אידעאָלאָגיעס, קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע — אַ סך נײַע רעסורסן. אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ ספֿק, צי מיר האָבן טאַקע פּראָגרעסירט אויף דעם געביט.
די דאָזיקע שלעכטע נײַעס ברענג איך ניט, כּדי צו צעשטערן די שׂימחה אָדער פֿאָרויסצוזאָגן אונדזער אונטערגאַנג, נאָר כּדי צו באַשטעטיקן דאָס, וואָס עס זאָגט אונדזער שׂכל; דער פּראָגרעס איז ניט קיין נאַטירלעכער פֿענאָמען, וואָס געשעט פֿון זיך אַליין, נאָר עס קען זײַן אַ רעזולטאַט פֿון שווערער אַרבעט פֿון אונדזער צד. דער מענטש דאַרף וועלן — ס׳איז ניט גענוג צו וואַרטן. און אַז מיר וועלן פּראָגרעסירן גענוג, וועלן מיר אַנטוויקלען די נייטיקע טעכנאָלאָגיע, כּדי פּטור צו ווערן פֿון יענעם אַסטעראָיִד, איידער ער מאַכט קאַליע אונדזערע פּלענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.