לעצטנס, האָט די „בי־בי־סי‟ מכבד געווען דעם בריטישן טעלעוויזיע־עולם (איך בין דעמאָלט געווען אין ענגלאַנד) מיט אַ נײַעם פֿילם, „ליידי טשעטערליס געליבטער‟. די בריטישע טעלעוויזיע איז גוט באַקאַנט מיט אירע דראַמעס, אין וועלכע די געשעענישן קומען פֿאָר מיט אַ יאָרהונדערט צי מער צוריק. פֿון אייניקע פֿון די דראַמעס לעקט מען די פֿינגער איבער דער גאָרער וועלט. „דאַונטאָן עבי‟ איז הײַנט, אפֿשר, די פּאָפּולערסטע פּראָדוקציע פֿון אָט דעם מין, און ליבהאָבער פֿון דער דאָזיקער געשיכטע (איך קוק זי אויך) וועלן מיט אינטערעס קוקן די לעצטע עפּיזאָדן, וואָס מע הייבט אָן ווײַזן אין גרויס־בריטאַניע דעם 20סטן סעפּטעמבער. אין אַמעריקע וועט מען דעם לעצטן סעזאָן קענען זען אָנהייב 2016.
דערווײַל, רעדט מען שוין וועגן אַן ענלעכער „קאָסטומירטער דראַמע‟, אין צענטער פֿון וועלכער וועט זײַן אַן אַנדער ענגלישע אַריסטאָקראַטישע משפּחה. די נײַע דראַמע וועט פֿאַרפֿילן די פּוסטקייט, איבערגעלאָזט נאָכן סוף פֿון דער „דאַונטאָן עבי‟־תּקופֿה. דאָס אַריסטאָקראַטישע ענגלאַנד איז, בכלל, אַ גאַנגבאַרע סחורה, אַזוי אַז ס’איז געווען לאָגיש צו פּראָדוצירן „ליידי טשעטערליס געליבטער‟, באַזירט אויף ד. ה. לאָרענסעס באַרימטן ראָמאַן, וואָס מע האָט אַ מאָל געהאַלטן פֿאַר אַ סקאַנדאַליעזן.
איך בין ניט זיכער, צי ד. ה. לאָרענסעס ראָמאַן ווערט געלייענט דורך דעם יונגן דור. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַ סך — צי אַפֿילו ס’רובֿ — יונגע לײַט האָבן וועגן אָט דעם ראָמאַן אַפֿילו ניט געהערט. אָנגעשריבן איז ער געווען אין יאָר 1928 און די ערשטע פֿולע אויסגאַבע זײַנע איז אַרויס אין פֿלאָרענץ, איטאַליע. אין ענגלאַנד דרוקט מען עס לעגאַל זינט 1960. אין אַנדערע לענדער האָט ער אויך באַגעגנט אַ ווידערשטאַנד מצד דער צענזור. אַפֿילו די בריטישע אויפֿלאַגע פֿון יאָר 1960 האָט אַרויסגערופֿן אַ געריכט־ענין, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ נצחון פֿאַרן „פּענגווין‟־פֿאַרלאַג נאָר אַ דאַנק דעם פֿרישן געזעץ, וועלכער האָט דערלויבט צו דרוקן „ניבֿול־פּהיִקע‟ ווערק מיט אַ קינסטלעריש ווערט. און דער געריכט איז געקומען צום אויספֿיר, אַז „ליידי טשעטערליס געליבטער‟ געהערט בפֿירוש צו אַזאַ סאָרט ווערק.
פֿאַר די וואָס האָבן עס ניט געלייענט: דער סיפּור־המעשׂה דרייט זיך אַרום אַן אַריסטאָקראַטיש פּאָרפֿאָלק, וואָס זייער לעבן איז רויִנירט געוואָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. הגם דער מאַן האָט זיך אומגעקערט אַ לעבעדיקער, איז ער אַזוי שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, אַז זײַן גוף איז טיילווײַז פּאַראַליזירט. בפֿרט קען מער ניט גיין קיין רייד וועגן סעקס. און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, וויכטיק סײַ פֿאַר זײַן יונגער פֿרוי, סײַ פֿאַר אים אַליין. דערצו וויל דער פּרוץ האָבן אַ יורש. די סעקסועל אויסגעהונגערטע פֿרוי פֿאַרפֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ פּשוטן אַרבעטער, איינער פֿון די וואָס באַדינען זייער גוט. נאָך מער: זי פֿאַרליבט זיך אין אים. דאָס אַלץ שאַפֿט ערנסטע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך אַרײַן, פּערזענלעכע, אָבער שטאַרק באַפֿאַרבט דורך די סאָציאַלע באַדינגונגען פֿון יענער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.