(די 2 טע זײַט פֿון 3)
זונטיק, דעם 11טן אָקטאָבער, וועט דער „קולטור־צענטער א׳׳נ פֿון שלום־עליכם‟ פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם לזכר דעם באַרימטן סאָציאָלינגוויסט און ייִדישיסט ד׳׳ר שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל. ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ און ד׳׳ר דוד פֿישמאַן וועלן אויפֿטרעטן מיט רעדעס וועגן ד׳׳ר פֿישמאַנס לעבן און שאַפֿן. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט יהודית בראָ אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער. סטיוו סטערנער וועט זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָכמיטאָג.
זונטיק, דעם 11טן אָקטאָבער, וועט „דער ייִדישער קולטור־צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק — קדימה‟ אין סעלווין, אויסטראַליע (לעבן מעלבורן) פֿאָרשטעלן אַן אָוונט פֿון קאָמעדיע אויף ייִדיש מיטן באַקאַנטן אויסטראַלישן קאָמיקער אָסטען טײַשוס. עס וועלן אויך אָנטייל נעמען דער קאָמיקער דזשאָש גלאַנץ און די ייִדישיסטן טאָמי קאַלינסקי, הינדע בורשטיין, יאָסל טיגעל, דודי רינגעלבלום און לעאָן געטלער. סאַבינאַ ברעקאַ־בערמאַן און יאַנאַ גאָטמייקער וועלן אָנפֿירן מיטן אָוונט.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($30 דאָלאַר) קען מען באַשטעלן דורך: //tinyurl.com/pszlvdy.
די „פֿאָלקסבינע‟ וועט פֿאָרשטעלן די אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟ בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ פֿונעם 2טן ביזן 3טן יאַנואַר. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די פּיעסע, מיט מוזיק פֿון יוסף רומשינסקי, איז געווען אַ ריזיקער שלאַגער, ווען מע האָט זי לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט אין 1923, וועט די אויפֿפֿירונג פֿון דער פֿאָלקסבינע זײַן די ערשטע נאָך מער ווי 70 יאָר. אַן אָרקעסטער פֿון 14 מוזיקער וועט באַגלייטן דעם אַנסאַמבל פֿון העכער 20 שפּילער.
די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג און 7:30 אין אָוונט; יעדן שבת, 7:30 אין אָוונט און יעדן זונטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג און 6 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($30 דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם מוזיי אָדער טעאַטער, $40 דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם) קען מען באַשטעלן אויפֿן טעלעפֿאָן 4111—811—866—1 אָדער דורכן באַזוכן https://web.ovationtix.com/trs/pr/951019.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.