פֿאָר־אַגענטן קערן זיך צו איראַן

Travel Agents Turn to Iran

Steve Kutay

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published October 01, 2015, issue of October 16, 2015.

אַז איר פֿרעגט הײַנט דעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, צי ס׳איז איצט געוואָרן זיכערער צו פֿאָרן קיין איראַן, וועט מען אײַך ענטפֿערן: „לא מיט אַן אַלף!‟ אָבער אויב איר פֿרעגט סטיוו קוטיי, אַ 75־יאָריקער אָרגאַניזירער פֿון טורן קיין איראַן, וועט ער אײַך זאָגן, אַז ס׳איז איינס פֿון די זיכערסטע לענדער, וואָס ער האָט אַ מאָל באַזוכט.

קוטיי, אַ ייִד פֿון ברוקלין, וואָס וווינט הײַנט אין אַשוויל, צפֿון־קאַראָלײַנע, האַלט, אַז דער אָקערשטיקער נוקלעאַרער אָפּמאַך מיט איראַן רעפּרעזענטירט אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פֿאַרוואַנדלען איראַן — אַן אָרט, וואָס ווייניק אַמעריקאַנער באַזוכן — אין אַ פּאָפּולערן וואַקאַציע־אָרט, בפֿרט פֿאַר די ליבהאָבער פֿון געשיכטע, אַרכעאָלאָגיע און דער נאַטור.

הײַנט זענען דאָ עטלעכע מענטשן, וואָס האָבן אָנגעהויבן צונויפֿשטעלן טורן אין איראַן, צוזאָגנדיק די טוריסטן „די וווּנדער פֿון פּערסיע‟. מע פּלאַנירט שוין אַפֿילו אַ טור איבער די וויכטיקסטע ייִדישע קולטור־היסטאָרישע ערטער.

אין איראַן קען מען באַזוכן עטלעכע פֿון די סאַמע עלטסטע ייִדישלעכע ערטער, אַרײַנגערעכנט די קבֿרים פֿון אסתּר המלכּה און מרדכי הצדיק אין כאַמאַדאַן, און דעם קבֿר פֿון דניאל הנבֿיא אין כוזעסטאַן. די אָרטיקע ייִדישע קהילה איז אויך די צווייט־גרעסטע אינעם מיטעלן מיזרח (נאָך ישׂראל) מיט אַ סך שילן, וואָס טוריסטן קאָנען באַזוכן.

די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אָנהייב יאָר אָנגעהויבן אָרגאַניזירן 13־טאָגיקע וויזיטן צום „פֿריִער־פֿאַרבאָטענעם לאַנד איראַן‟, אָנגעפֿירט דורך איליין סקיאָלינאָ, אַ געוועזענע איראַן־קאָרעספּאָנדענטין פֿון דער צײַטונג. די טורן פֿאַרקויפֿן זיך זייער גיך.

אין דער לאָס־אַנדזשעלעסער געגנט געפֿינען זיך עטלעכע פֿאָר־אַגענטורן, וואָס רעקלאַמירן רײַזעס קיין איראַן, אָבער קיינער פֿון זיי האָט נישט געוואָלט רעדן מיטן Forward וועגן דעם.

הגם די מעגלעכע פּראָפֿיטן פֿון אָרגאַניזירן איראַן־טורן זענען זיכער אַ מאָטיוו פֿאַר די אָרגאַניזירער, איז עס פֿאַר געוויסע מענטשן אויך אַ שליחות. „איך האָב שוין באַזוכט בערך 80 לענדער, און קיין לאַנד לײַדט נישט פֿון אַזוי פֿיל מיספֿאַרשטענדענישן מצד די אַמעריקאַנער ווי איראַן,‟ האָט קוטיי באַמערקט.

קוטיי זעט אויך די איראָניע פֿון זײַן אַרבעט — ער, אַ ייִד, וויל ברענגען טוריסטן אין אַ לאַנד, וואָס אַ סך ייִדן באַטראַכטן ווי אַ ביטערער שׂונא פֿון אַמעריקע און ישׂראל. זײַן טאַטע איז געווען אַ ייִדישער אימיגראַנט פֿון ליטע, און די מאַמע איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין. די משפּחה פֿלעגט גיין אין שיל אויף די ימים־נוראים, אָבער ברוקלין, וווּ ער איז דערצויגן געוואָרן, איז דעמאָלט געווען אַזוי ייִדישלעך, אַז מע האָט נישט געדאַרפֿט זײַן פֿרום צו האָבן אַ טיפֿע ייִדישע פֿאַרבינדונג.

איראַנישער טור־אָפּעראַטאָר סטיוו קוטיי פֿון אַשוויל, צפֿון־קאַראָלײַנע (צווייטער פֿון לינקס) און אַן איראַנישער וועגווײַזער טרעפֿן זיך מיט צוויי איראַנישע גײַסטיקע פֿירער אינעם „גרויסן מעטשעט‟ אין איספֿאַכאַן, פֿרילינג 2014
Courtesy of Steve Kutay
איראַנישער טור־אָפּעראַטאָר סטיוו קוטיי פֿון אַשוויל, צפֿון־קאַראָלײַנע (צווייטער פֿון לינקס) און אַן איראַנישער וועגווײַזער טרעפֿן זיך מיט צוויי איראַנישע גײַסטיקע פֿירער אינעם „גרויסן מעטשעט‟ אין איספֿאַכאַן, פֿרילינג 2014

שפּעטער האָט קוטיי זיך אַריבערגעצויגן קיין סאַנטאַ־פֿע, ניו־מעקסיקע, און דערנאָך — קיין צפֿון־קאַראָלײַנע, וווּ ער האָט אימפּאָרטירט האַנטווערק פֿון אינדאָנעזיע און נײַ־גווינעע. נאָכן דינען אויפֿן „סאַנטאַ־פֿע ראָט וועגן אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען‟ האָט ער אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אינפֿאָרמאַטיווע טורן אין לענדער איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט איראַן, און מיט אַ יאָר צוריק האָט ער געגרינדעט אַ נײַ געשעפֿט, Iran Luxury Travel, וווּ ער האָט געבראַכט אַמעריקאַנער טוריסטן קיין איראַן.

„די איראַנער בירגער האָבן ליב די אַמעריקאַנער,‟ האָט קוטיי געזאָגט. „ווען זיי הערן, אַז דו ביסט אַן אַמעריקאַנער, ווילן זיי זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט דיר, שמועסן מיט דיר, פֿאַרבעטן דיך אויף אַ פּיקניק.‟

קוטיי וואַרפֿט אָפּ די זאָרג, אַז זײַן איניציאַטיוו העלפֿט אַרײַנצוברענגען געלט פֿאַר אַ רעזשים, וואָס פּריידיקט, אַז ישׂראל זאָל פֿאַרטיליקט ווערן. „דאָס געלט, וואָס די אַמעריקאַנער גיבן דאָרט אויס, איז זייער ווייניק, און ס׳רובֿ דערפֿון גייט פֿאַר די פּריוואַטע געשעפֿטסלײַט,‟ האָט ער דערקלערט. „בלויז אַ קליינער טייל דערפֿון גייט פֿאַר שטײַערן צו דער איראַנער רעגירונג.‟

דזשערי דעקער וויל אויך ברענגען אַמעריקאַנער קיין איראַן, אָבער זײַן איניציאַטיוו איז בכלל נישט קיין געשעפֿט, נאָר אַ נישט־פּראָפֿיט איניציאַטיוו, וואָס ער באַצייכנט ווי „בירגערלעכע דיפּלאָמאַטיע‟. „וואָס מער אַמעריקאַנער פֿאָרן קיין איראַן, אַלץ מער פּאָזיטיוו וועלן די איראַנער באַטראַכטן די אַמעריקאַנער,‟ האָט ער באַטאָנט. דעקער האָט שוין אָרגאַניזירט נסיעות פֿאַר מער ווי 350 אַמעריקאַנער זינט 2008.

פֿאַר דער איסלאַמישער רעוואָלוציע אין 1979 איז דעקער 13 יאָר לאַנג געווען אַ לערער אין איראַן. נאָכן אומקערן זיך קיין קאַליפֿאָרניע האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם פֿון אַקאַדעמישע רײַזעס, און שפּעטער געעפֿנט די פּראָגראַם פֿאַר אַלע מענטשן, וואָס וויל באַזוכן איראַן ווי בירגערלעכע דיפּלאָמאַטן.

אויף דער פֿראַגע, ווי זעט אויס דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער טוריסט קיין איראַן, האָבן דעקער און קוטיי ביידע געענטפֿערט, אַז די טוריסטן זענען, בדרך־כּלל, עלטערע לײַט, געבילדעטע, מיט פּראָגרעסיווע פּאָליטישע מיינונגען, און אַ סך פֿון זיי זענען ייִדן.

מע זאָגט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿונעם נבֿיא דניאל, אין סוסאַ, דרום־איראַן
Tehran Jewish Committee
מע זאָגט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿונעם נבֿיא דניאל, אין סוסאַ, דרום־איראַן

„צום ווייניקסטן, אַ העלפֿט פֿון אונדזערע באַזוכער זענען ייִדן,‟ האָט דעקער געזאָגט. „זיי ווילן זען די ייִדישלעכע היסטאָרישע ערטער; זיך באַקענען מיט דער ייִדישער קהילה, און ווילן זיך אויסלערנען מער וועגן איראַן.‟

די אַמעריקאַנער טוריסטן האָבן די ברירה פֿון אײַנשטיין אין 5־שטערנדיקע האָטעלן אין איראַן, און פֿאָרן אין מאָדערנע טור־אויטאָבוסן. אָבער צוליב דעם וואָס די סאַנקציעס זענען נאָך אַלץ גילטיק, איז אוממעגלעך פֿאַר די אַמעריקאַנער צו ניצן זייערע קרעדיט־קאַרטלעך. זיי טאָרן אויך נישט באַשטעלן קיין טורן בײַ די אָרטיקע פֿאָר־אַגענטן. יעדער וואָס וויל פֿאָרן קיין איראַן מוז, צו ערשט, קריגן אַ וויזע, און די איראַנער וועלן בכלל נישט אויסטיילן קיין וויזע פֿאַר טוריסטן, וואָס האָבן שוין אַ ישׂראלדיק שטעמפּל אין זייער פּאַספּאָרט.

פֿון דעסטוועגן, זעט קוטיי אַ גרויסן פּאָטענציאַל אין טוריזם קיין איראַן: „איך זע, ווי עס ווערט, צו ביסלעך, גרעסער, און דערפֿאַר האָף איך, אַז איך וועל אויך געניסן פֿון דער וואַקסנדיקער טענדענץ.‟