(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער טאָגשולס פֿינאַנציעלער שטראָף װערט געדעקט דורך איר אַסיגנאַציע. עס איז נאָך נישט קלאָר, צי די טאָגשול װעט מוזן צאָלן די פֿינאַנציעלע שטראָף, װאָס איז פֿאַררעכנט געװאָרן קעגן רביצין לײפֿער, טאָמער בלײַבט זי אין ישׂראל.
די קהילה פֿון דער שטאַט װיקטאָריע האָט אָפֿיציעל אױסגעדריקט די מײנונג, אַז רביצין לײפֿער מוז זיך אומקערן קײן מעלבורן, כּדי געמישפּט צו װערן. די שיל „עדת־ישׂראל‟ און איר טאָגשול זײַנען נישט קײן מיטגלידער פֿון דער קהילה.
מעני װאַקס, דער ערשטער מעלבורנער תּושבֿ זיך מודה צו זײַן, אַז סעקסועלע מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אים בעת ער איז געװען אַ תּלמיד פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה, האָט זיך שױן פֿון לאַנג איבערגעקליבן קײן פֿראַנקרײַך מיט זײַן משפּחה. זײַנע עלטערן האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און האָבן פֿאַרקױפֿט זײער הױז אין מעלבורן. דער פֿאַרקױף װעט פֿאָרמאַליזירט װערן אין חודש דעצעמבער הײַיאָר, נאָר די װאַקס־משפּחה האָט דערלױבט די צוקונפֿטיקע אײגנטימער פֿונעם הױז אָנצוהײבן װױנען אין איר מיט עטלעכע חדשים פֿריִער. לױט מיסטער װאַקס האָט אַ קרובֿ פֿון די צוקונפֿטיקע אײגנטימער זיך אַרײַנגעצױגן צוזאַמען מיט זײ. ער, משה קעלער, איז פֿאַרמישפּט געװאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿאַר באַגײן סעקסועלע מיסברױכן קעגן קינדער.
מיסטער װאַקס זאָגט, אַז ער האָט זיך ערשט דערװוּסט, אַז קעלער װױנט בײַ אים אין שטוב פֿון ראש־השנה, און אַז ער האָט גלײַך געפֿאָדערט, אַז קעלער זאָל זיך אַרױסציִען פֿון זײַן הױז.
קעלער האָט געדאַװנט פֿאַר ראש־השנה בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה. אַז איר צײַטװײַליקער אױספֿיר־קאָמיטעט האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם, האָט ער זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט דער לאָקאַלער פּאָליצײ, װאָס האָט געזאָגט, אַז קעלער איז באַרעכטיקט צו דאַװענען װוּ ער װיל. דער קאָמיטעט האָט סײַ־װי באַשטימט, אַז ער װעט קעלערן נישט דערלױבן אַרײַנצוקומען אין דער ישיבֿה. דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער ישיבֿה־טאָגשול האָט גלײַך אַרױסגעשיקט אַ בריװ צו די ישיבֿה־קרײַזן, זאָגנדיק, װאָס די ישיבֿה האָט געטאָן, און באַשטעטיקנדיק, אַז קעלער איז מסכּים געװען מער נישט צו קומען אין דער ישיבֿה. לױט דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס”, האָט קעלער פֿאַרלאָזט אױסטראַליע גלײַך נאָך ראש־השנה.
די קיניגלעכע קאָמיסיע װעגן די רעאַקציעס פֿון רעליגיעזע אינסטיטוציעס צו באַשולדיקונגען, אַז סעקסועלע מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן מינדער־יעריקע אין זײער רשות, האָט די װאָך פֿאַרעפֿנטלעכט די סובמיסיעס פֿון אירע אַדװאָקאַטן. די סובמיסיעס טאַדלען אַ רײ חב״ד־רבנים אין מעלבורן און אין סידנעי, װעלכע האָבן דורך טאַט און דורך װאָרט געװיזן, אַז זײ האָבן פּרובירט פֿאַרדעקן אַזעלכע באַשולדיקונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.