דער קאָנסערװאַטיװער מלוכה־מאַן דזשאָש פֿרײַדענבערג איז צו 44 יאָר באַשטימט געװאָרן װי דער מיניסטער פֿאַר רעסורסן, ענערגיע און צפֿון־אױסטראַליע אין דער נײַער רעגירונג, װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. פֿרײַדענבערג האָט געטראָגן אַ יאַרמולקע און געהאַלטן אַ חומש בעת דער אײַנשווער־צערעמאָניע. דער חומש איז געװען אַ מתּנה פֿון סער זעלמאַן קאַוען — דער צװײטער ייִד, װאָס האָט געדינט װי אױסטראַליעס גאָװערנאָר־גענעראַל, צװישן 1977 און 1982.
אַ צװײטע געװעזענע תּלמידה און לערערין בײַ דער „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול אין מעלבורן האָט אָנגעשטעלט אַן אַדװאָקאַט איר צו העלפֿן לאָדן די טאָגשול און איר געװעזענע פֿאַרװאַלטערין, רביצין מלכּה לײפֿער, אין געריכט. די רביצין װערט באַשולדיקט אין באַגײן 74 פֿאַלן פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער. די טאָגשול װערט באַשולדיקט אין נישט אָפּגעבן זיך מיטן װױלזײַן פֿון די קינדער אין איר רשות.
דאָס הױפּט־געריכט פֿון דעם שטאַט װיקטאָריע האָט לעצטנס געמישפּט, אַז רביצין לײפֿער און די „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול דאַרפֿן באַצאָלן מער װי אַ מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן צו דער ערשטער געװעזענער תּלמידה, װאָס האָט געלאָדן די רביצין און די טאָגשול אין געריכט.
רביצין לײפֿער װױנט נאָך אַלץ אין ישׂראל, װוּ זי פּרובירט אױסמײַדן אַ פּרוּװ פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג זי צוריקצוברענגען קײן מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט װערן דאָ אין קרימינעל־געריכט. רביצין לײפֿער װױנט אונטער הױז־אַרעסט. דער ענין דאַרף באַשטעטיקט װערן סוף אָקטאָבער הײַיאָר.
אַ קאָמיטעט פֿון דער „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול האָט אָרגאַניזירט, אַז רביצין לײפֿער און איר משפּחה זאָלן פֿאַרלאָזן מעלבורן אַזױ גיך װי די באַשולדיקונגען קעגן איר זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין 2008.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.