(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קוקט ווי לײַכט עס איז אָנצוצינדן די פֿלאַקער־פֿײַערן פֿונעם העכסטן און דעם נידעריקסטן מענטשלעכן געמיט. די צײַטונגס־קעפּ מיט דער מעדיאַ שרײַען: „טראָמפּ איז דער אויבער־דעקל־קאָמיסאַר, און דער פּויפּסט איז די שענסטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער מענטשלעכער נאַטור.‟
טראַכט איך זיך, ווי ווײַט איז פֿון וואַטיקאַן ביז דער „יו־ען‟, די „דזשענעראַל אַסעמבלי‟, מיטן ראש־קיבודל גענעראַל־סעקרעטאַר באַן־קי־מון, טויב ווי די וואַנט און שטום ווי אין אַן אויער ווען עס קומט צום רעכטן געדערטן. דער סדר־היום פֿון דער „יו־ען‟ פֿאַרנעמט טאָג־טעגלעך … מדינת־ישׂראל, בשעת עס בושעוועט די אָרגיע פֿון רציחה איבער דער סירישער באַפֿעלקערונג מיט דער גוט־הײסונג פֿונעם סירישן ראש־מדינה באַשאַר אַל־אַסאַד.
הונדערטער טויזנטער אַנטלויפֿן וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט, און פֿון דאָרט קיין אייראָפּע וווּ מען ברעקלט זיך מיט זיי, אָבער נישט געזאָרגט, אויב אייראָפּעס זכּרון דינט זיי, טראַכטן זיי, נישקשה, מ’איז איבערגעקומען די ייִדן, וועט מען די סיריער, איראַקער און אַפֿגאַניסטאַנער פּליטים אפֿשר, אפֿשר, אפֿשר אויך איבערקומען…
די פֿראַגע בלײַבט, ווען איז די וועלט געווען אַ מענטשלעכע? ס’איז נישט צו גלויבן וויפֿל געמיינזאַמס עס פֿאַרמאָגט דער וואַטיקאַן מיט דער „יו־ען‟. דער פּויפּסט איז בלויז אַן אײַנזאַמער חלום, וואָס וועט זיך צעגיין ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. וואָזשע האָבן מיר דערפֿון? קדחת מיט כּשרן פֿאָדעם.
איך פֿאָר אין מײַן ליפֿט־מאָביל צום עלפֿטן שטאָק פֿון מײַן הויז, עס עפֿנט זיך די טיר פֿונעם דריטן שטאָק און ס’קומט אַרײַן מײַנס אַ שכנטע, אַן אַמאָליקע מאָנאַשקע, אירע אויגן גליִען פֿון פֿרייד און זי זאָגט מיר אָן די גוטער בשׂורה און מיט גרויס התלהבֿות:
„כ’ווייס נישט צי דו וועסט עס קענען פֿאַרשטיין און באַנעמען וואָס ס’איז הײַנט פֿאָרגעקומען מיטן פּאָנטיפֿס אָנקום קײַן אַמעריקע? עס זעט בפֿירוש אויס, אַז מיר האַלטן שוין בײַם „צווייטן אָנקום‟ — דער פּויפּסט איז יעזוס און די צײַט איז רײַף.‟
איך מאַך זיך נישט וויסנדיק און טראַכט, מיר וואַרטן אויך! אויף וועמען וואַרט מען? אויף משיחס צײַטן, ווי נאָר ער וועט זיך באַווײַזן רײַטנדיק, נישט אויפֿן ווײַסן משיח־מאָביל נאָר אויף זײַן ווײַס אײזעלע, אַזוי וועלן מיר אַלע ייִדן גלײַך אויסגעלײזט ווערן, און צוזאַמען מיט אונדז וועלן אויפֿשטיין תּחית — המתים אַלע דורות פֿון אבֿרהם אבֿינוס אייניקלעך, און זיי וועלן זיך קײַקלען און קוליערן צום לאַנד פֿון מילך און האָניק. און מיר, די לעבעדיקע אחינו בני ישׂראל, וועלן זיך נעמען אין וועג אַרײַן מיט האַק און פּאַק, אַהין פֿון וואַנען עס וועט אָפּהילכן משיחס שופֿר, אויף אַ סימן אַז עס איז געקומען אויף אונדז די ישועה.
אויפֿן וועג וועלן זיך אויסשפּרייטן פֿאַר אונדז צוויי בריקן, די גוייִם ווען גיין אויף דער אײַזערנער בריק און וועלן אַלע דערטרינקען ווערן, בעת די ייִדן וועלן גיין אויף דער פּאַפּירענער בריק און אָנקומען בשלום און מיט גאַנצע ביינער אין הייליקן לאַנד. דעמאָלט וועלן מיר בענטשן גומל, וואָס מיר האָבן זיך געראַטעוועט סײַ פֿונעם וואַטיקאַן און סײַ פֿון דער „יו־ען‟, מיט אַלע שׂונאי־ישׂראל, וווּ מיר וועלן זיך קענען פֿראַנק און פֿרײַ האַקן קאָפּ אין וואַנט, פֿירן סוכסוכים, אײַנהאַנדלען זיך אײגענע שׂונאים, אַמפּערן זיך צווישן אײגענע און פֿײַערן שׂמחת־תּורה אין מיטן תּשעה־באבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.