ס’טוט זיך און ס’הייבט זיך מיט דעם ביליאָנער דאָנאַלד טראָמפּ, וואָס לאַסטשעט זיך אויפֿן ווײַסן בענקל אין ווײַסן הויז. ער זידלט און שנידלט און טראָגט זיך אַרום מיט אַ שׂינאה צו יעדן, וואָס שטייט אים אין וועג צום ווײַסן כּסא הכבוד. ער באַזיצט אַן אײַזערנעם ווילן, ער שאַצט אָפּ די חבֿרה קאַנדידאַטן מיט מענה לשון:
„גיב נאָר אַ קוק אויף פֿיאָרינאַס פּנים, און פּרוּוו נישט לאַכן!‟
„דזשעב איז אַ שוואַכלינג!‟
„מאַרקאָ רוביאָ איז אַ צוציק!‟
„אָבאַמאַ איז אַ מחמדנער, און נישט קיין אַמעריקאַנער!‟
מיסטער טראָמפּ רעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער, מאָלט זיך ווי דער אויסלייזער פֿון אַמעריקע, ער וועט בויען אַן אײַזערנע וואַנט צווישן אַמעריקע און מעקסיקע, שטאַרקער פֿון דער כינעזישער וואַנט; ער וועט ראַטעווען די עקאָנאָמיע; ער וועט גליקלעך מאַכן אַ וועלט; ער שילדערט זיך ווי דער גרעסטער ביליאָנער; ער וועט נישט נעמען קיין שׂכירות ווען ער וועט אויסדערוויילט ווערן; ער וועט צושטעלן אַ בעסערן געזונט־פּלאַן ווי „אָבאַמאַקייר‟; ער וועט זיך ספּראַווען מיט סיריע, מיט אײַסיס, מיט פּוטינען, מיט איראַן, מיטן צפֿון־קאָרעע; ער רײצט אויף דעם עולם און לאָזט זיך אַראָפּ צו די נידעריקסטע אָקטאַוועס פֿון זלידנעקייט. ער זאָגט צו, אַז ער וועט מאַכן טשאַסק־פּראַסק מיט די אומלעגאַלע עלף מיליאָן אימיגראַנטן און זייער הי־געבוירענעם נאָכוווּקס; ער וועט זיי מכבד זײַן מיט אַ „פּאַשאָל וואָן פֿון דאַנען!‟ זײַנע נאָכפֿאָלגער קוויקן זיך און קוועלן. ער האַלט נישט פֿון פּאָליטישער קאָרעקטקייט, און רוף אים קנאַק־ניסל. ער איז אַ שוישפּילער, אַ כּישוף־מאַכער, אַן עזת־פּנים, אַ כלאָפּ מיט אַ פֿאַלשן צאָפּ אויף זײַן קאָפּ.
אין מיצקע דר’ינען, ווי פֿון דער הוילער הויט אַרויס, באַווײַזט זיך אַ ווײַסע טויב אין אַ ווײַסן כאַלאַט, מיט אַ ווײַסער יאַרמלקע, אין אַ ווײַסן „פּויפּסט־מאָביל‟, אַ קאַרעטע ערשט פֿון „וואַטיקאַן־סיטי‟.
„גוט יום־טובֿ, פּאָנטיף פֿרענציס! געקומען צו פֿליִען אַזש פֿון וואַטיקאַן, דאָס זיץ־אָרט פֿון „יושר און גערעכטיקייט‟ און זייער ווײַס געפֿאַרבטן זויבער־ריינעם געוויסן, אונטער זייער פֿאַריסענעם, אײַזערנעם צלם. און פּויפּסט פֿרענציס האַלט אַ פֿײַערדיקע רעדע אין אַמעריקאַנער קאָנגרעס. ער עפֿנט זײַן דרשה מיטן ציטאַט:
„אַמעריקע! דאָס לאַנד פֿון די פֿרײַע און און די היים פֿון די בראַווע.‟ ער באַוווּנדערט דאָס לאַנד, וואָס אַרבעט מעשׂים נישט צו האַסן יענעמס אַנדערשקייט, יענעמס גלויבן און אומגלויבן, יענעמס פּאָליטיק און מיינונגס־אויסטויש. ער פֿאַרטשאַדעט דעם עולם מיט זײַן פּשטות און תּמימות, מיט זײַן עכטקייט, מיט זײַנע דברים שבאו מן הלב, שטיל און געלאַסן גיט ער אונדזער קאָנגרעס אין טאַטנס טאַטן אַרײַן, ער בעט זיך אײַן בײַ דער „וואָל־סטריט‟ כּנופֿיה בפֿרט, און אַמעריקע בכלל, זיי זאָלן אויפֿהערן צו דינען דעם גאָלדענעם קאַלב כּל זמן דער אָרעמאַן מוטשעט זיך, דער גלאָבאַלער קלימאַט קרוטשעט זיך, בשעת די נישט־אײַנגעבירגערטע אימיגראַנטן זײַנען נישט קיין געבעטענע געסט, כאָטש אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון לויטער אימיגראַנטן, וואָס אַן אמת איז ער אַליין בעצמו ובכבודו אַ זון פֿון אימיגראַנטן…
און אין צווישן דעם גאַנצן אויפֿברויז פֿון עמאָציעס, נעמט דער ספּיקער פֿונעם קאָנגרעס דזשאַן ביינער, באַגיסן זיך מיט ביטערע טרערן און רעזיגנירט צו מאָרגנס פֿון זײַן העכסטן פּאָסטן ווי דער ספּיקער פֿונעם קאָנגרעס; זעט אויס, אַז דער פּויפּסט האָט אָנגערירט בײַ אים און בײַ זײַנע נאָכפֿאָלגער די דינסטע סטרונעס פֿון מענטשלעכן געוויסן. פֿון דער צווייטער זײַט האָט דאָנאַלד טראָמפּ אָנגערירט די העכסטע אָקטאַווע פֿון אונדזער קלאַוויאַטור און דער עולם פֿאָלגט נאָך ביידן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.