„אַל-אַקצאַ‟: פֿרישע באַשולדיקונגען — דער זעלבער טעם

Al-Aqsa: New Accusations, With the Same Bitter Taste

ישׂראלדיקער פּאָליציי פּאַרטאָלירן אַ גאַס אינעם מוסלעמענישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים. זונטיק, דעם 4טן אָקטאָבער
Getty Images
ישׂראלדיקער פּאָליציי פּאַרטאָלירן אַ גאַס אינעם מוסלעמענישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים. זונטיק, דעם 4טן אָקטאָבער

פֿון עמיל קאַלין

Published October 08, 2015, issue of October 30, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיר לאַכן אָפּ פֿון אָט די אַבסורדישע טענות, אָבער אין די אויגן פֿון געוויסע פּאַלעסטינער זעט דאָס בילד אויס גאָר רעאַליסטיש; זיי זענען גרייט זיך מוסר-נפֿש זײַן, און אויב אויפֿן וועג אין זייער גן-עדן קומט זיי אויס צו פֿאַרכאַפּן מיט זיך אַ פּאָר ייִדן, איז עס דאָך אַ בילעט גלײַך אַרײַנצוקומען אין דער מיוחסדיקער זאָנע.

די שטענדיקע אָנגייענדיקע העצע פֿון שייך ראַעד סאַלאַך און אַנדערע אַראַבישע מנהיגים אין ישׂראל גופֿא איז נישט קיין נאָווינע; שוין אָפּגערעדט פֿון „כאַמאַס‟ און דעם „איסלאַמישן דזשיהאַד‟. זייערע בלוטיקע איניציאַטיוון איז נישט קיין נײַעס. דאָס מאָל אָבער האָט אויך דער חשובֿער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס נישט געקענט אָדער נישט געוואָלט בלײַבן גלײַכגילטיק און אַרײַנגעשפּרונגען אין דעם ווייניק־בכּבֿודיקן העצע־וואָגן. אין אַ באַגעגעניש מיט די ירושלימער תּושבֿים האָט ער זיי געבעטן אַרויסטרעטן קעגן דעם ישׂראלדיקן „אַרײַנרײַסן זיך‟ אין דעם מעטשעט און דעם פּרוּוו אים איזאָלירן.

דער אמת איז, אַז די ישׂראלדיקע פּאַליציי־כּוחות האָבן זיך טאַקע אַרײַנגעריסן אין „אַל-אַקצאַ‟, כּדי אָפּצושטעלן אַ טעראָר־גרופּע, וואָס האָט זיך אָרגאַניזירט אין דער מעטשעט גופֿא, און אָנגעזאַמלט דאָרטן געווער צו אַטאַקירן די ייִדן, וועלכע וועלן עולה-רגל זײַן אין דער צײַט פֿון די יום-טובֿים.

די טענה, אַז די ייִדן ווילן באַשטימען געוויסע שעהען פֿאַר תּפֿילה, מאַכן אָדער אויפֿשטעלן מחיצה־ווענט, וואָס וועלן אָפּטיילן דעם מעטשעט פֿון די מוסולמענער איז פּשוט אַ בילבול. פֿון דעסטוועגן, מאַכט זיך די פֿרײַע וועלט צו דעם ניט־וויסנדיק.

צוריק געשמועסט, פֿאַרוואָס זאָלן טאַקע די ייִדן נישט קענען באַזוכן „אַל-אַקצאַ‟? עס גייט נישט די רייד פֿון די געציילטע משוגעים, וואָס ווילן טאַקע אויפֿשטעלן דעם בית-המקדש בימינו; דאָ גייט די רייד וועגן סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר אָן בערד און יאַרמלקעס. פֿאַרוואָס זאָלן זיי עס נישט קענען טאָן?

אַ שאָד, אַז עס געפֿינט זיך נישט הײַנט קיין איין מערבֿדיקער מנהיג, וואָס זאָל עפֿנטלעך זאָגן זײַן ערלעך וואָרט אויף די פֿאַלשע באַשולדיקונגען קעגן ייִדן, און פֿאָדערן זיך אַנטשולדיקן און פֿאַרדאַמען יעדן געוואַלד-טאַט. ווען די מערבֿדיקע מדינות וואָלטן טאַקע געגלייבט אין זייערע אייגענע דעמאָקראַטישע ווערטן, וואָלט די „יו־ען‟ געדאַרפֿט פֿאָדערן, אַז אין דעם שלום-אָפּמאַך (לאָמיר פֿאָרט גלייבן, אַז אַזאַ אָפּמאַך וועט אַ מאָל אונטערגעשריבן ווערן) וועט צווישן אַנדערע וויכטיקע פּונקטן ווערן פֿאַרזיכערט אַ פֿרײַער צוגאַנג צום הייליקן באַרג פֿאַר אַלע מענטשן אויף דער וועלט — אָן אַן אונטערשייד פֿון רעליגיע, ראַסע און געשלעכט.