אין סעפּטעמבער האָבן דרײַ נײַע סטיפּענדיאַנטן אָנגעהויבן אַרבעטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. צוויי פֿון די סטיפּענדיאַנטן, מיכל יאַשינסקי און דזשאָרדין בראַון, זענען אַמעריקאַנער, און די דריטע סטיפּענדיאַנטקע, טאַטיאַנאַ פּאַנאָוואַ, קומט אַזש פֿון רוסלאַנד.
דזשאָרדין בראַון פֿון פּאַולאָ־אַלטאָ, קאַליפֿאָרניע האָט פֿאַרענדיקט זײַנע ביז־גראַדויִר שטודיעס אין „וויטמאַן‟־קאָלעדזש אין וואַלאַ־וואַלאַ וואַשינגטאָן אין 2014. ער האָט געאַרבעט פֿאַר „קלעז־קאַליפֿאָרניע‟ און אויך אָנטייל גענומען אינעם לייענקרײַז בײַם „סטענפֿאָרד‟־אוניווערסיטעט. אַ פֿאָרשער פֿון די טעאָריעס וועגן דעם, ווי אַזוי אויפֿצולעבן באַדראָטע שפּראַכן, האָט ער געאַרבעט ווי אַ פּראַקטיקאַנט אין דעם „ראָזעטאַ־פּראָיעקט‟ און געפֿאָרשט די מיטלען, מיט וועלכע די אַמעריקאַנער־אינדיאַנער באַנוצן זיך, כּדי אויפֿצולעבן זייערע שפּראַכן.
מיכל יאַשינסקי פֿון דעטרויט, מישיגען איז אַ שפּאַניש־לערער, דראַמאַטורג, בינע־קינסטלער און טעאַטער־רעזשיסאָר, וואָס האָט געאַרבעט מיט קינדער אינעם מישיגענער אָפּערע־טעאַטער, וווּ ער האָט רעזשיסירט, צווישן אַנדערע, די פּיעסע „ברונדיבאַר‟. פֿאַראַיאָרן האָט ער אָרגאַניזירט און רעזשיסירט מיט אַ גרופּע מיטלשול־תּלמידים פֿון דער „פֿראַנקל ייִדישער אַקאַדעמיע‟, די פֿאָרגעשטעלונג פֿון שמואל דייקסעלס פּיעסע „נאָך צוועלף בײַנאַכט‟, אין גאַנצן אויף ייִדיש. אַ גראַדואַנט פֿון „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט, האָט ער אויך פֿאַרענדיקט די זומער־פּראָגראַמען אין ייִדישער שפּראַך בײַם „ווילנער ייִדישן אינסטיוטוט‟ און בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.
טאַטיאַנאַ פּאַנאָוואַ, פֿון מאָסקווע, רוסלאַנד, האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערסבורגער אוניווערסיטעט אין 2013, וווּ זי האָט שטודירט לינגוויסטיק און ייִדיש. אַ גראַדואַנטקע פֿון די זומער־פּראָגראַמען אין ייִדישער שפּראַך בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און בײַם „ייִוואָ‟, האָט זי אַליין געלערנט ייִדיש מיט קינדער בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין סאַנקט־פּעטערסבורג. אַ פֿאָרשערין פֿון קאָמפּיוטער־לינגוויסטיק, אַרבעט זי אויפֿן ייִדישן קאָרפּוס־פּראָיעקט און אויף קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס נאָרמאַליזירן דעם אויסלייג פֿון ייִדישע טעקסטן. בעת אירע שטודיעס בײַם „נאַציאָנאַלן פֿאָרש־אוניווערסיטעט‟ אין מאָסווקע, האָט זי אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן שמועס־קרײַז.
להיפּוך צו די פֿריִערדיקע יאָרן, ווען ס׳רובֿ פֿון די סטיפּענדיאַטן האָבן ניט געקענט פֿליסיק רעדן ייִדיש, קענען אַלע הײַיאָריקע סטיפּענדיאַטן גוט די שפּראַך און רעדן צווישן זיך פֿאַקטיש צום מערסטנס אויף ייִדיש. דאָס האָט דערפֿירט צו דעם, אַז די אַנדערע אַרבעטער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וואָס קענען גוט רעדן אויף ייִדיש, אָבער רעדן געוויינטלעך בלויז ענגליש צווישן זיך, זאָלן רעדן איצט מער אויף ייִדיש מיט זייערע קאָלעגן. די גרופּע האָט פֿאַקטיש אַרײַנגעבראַכט אַ מינדלעכן ייִדיש־שפּראַכלעכן גײַסט, וואָס האָט שוין אין אַמהערסט לאַנג אויסגעפֿעלט, און דערמאָנט הײַנט אַ ביסל די פּאַריזער „מעדעם־ביבליאָטעק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.