די מאָדערנע תּקופֿה האָט געשטעלט פֿאַר ייִדן אַ סך האַרבע קשיאות. צי איז עם־ישׂראל אַ נאַציע װי אַנדערע פֿעלקער? און אױב יאָ, װוּ איז איר לאַנד? און צי האָבן ייִדן זײער אײגענע נאַציאָנאַלע געשיכטע? אין משך פֿון כּמעט צװײ טױזנט יאָר אין גלות, האָט מען פֿאַרענטפֿערט די דאָזיקע פֿראַגעס פֿונעם טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן שטאַנדפּונקט, װי אַ ברית צװישן ייִדן און דעם רבונו־של־עולם; אָבער די מאָדערנע פּאָליטיק, בפֿרט אין מיזרח־אײראָפּע, האָט געצװוּנגען די ייִדישע אינטעליגענץ צו זוכן נײַע דרכים אין הסכּם מיטן צײַטגײַסט. די אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע לײזונגען זײַנען גוט באַקאַנט: סאָציאַליזם, אױטאָנאָמיזם, טעריטאָריאַליזם און ציוניזם. אָבער װאָס האָבן װעגן דעם געטראַכט די מאָדערנע ייִדישע דיכטער? װי אַזױ האָבן זײ באַטראַכט און אױסגעמאָלט דעם ענין פֿון „ייִדישן‟ רױם און צײַט?
מיט דער דאָזיקער טעמע באַשעפֿטיקט זיך דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער יורדן פֿינקין אין זײַן בוך „אַ צאָל אָדער צװײ פֿון דער צײַט: צײַט און רױם אינעם ייִדישן מאָדערניזם‟. פֿינקין באַטראַכט אײניקע װערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער דיכטונג (פּרץ מאַרקיש און משה קולבאַק, לײב נײַדוס און עזראָ פֿינינבערג, יוכבד בת־מרים און שאול טשערניכאָװסקי) אונטער אַ דרײענדיקן שפּאַקטיװ — צײַט, רױם און נאַציע. זײַן ציל איז אױסצוטײַטשן די מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן פֿאַר צײַט און רױם, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן די יסודות פֿון דער ייִדישער מאָדערניסטישער עסטעטיק.
איך דאַרף זיך גלײַך מודה זײַן, אַז דאָס איז דאָס סאַמע שװערסטע בוך װעגן ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איך האָב געלײענט אין מײַן לעבן. אױף יעדער זײַט מוז מען זיך דורכרײַסן דורך קאָמפּליצירטע אָנהױפֿונגען פֿון באַגריפֿן װי דורך אַ געדיכטן װאַלד, און דער שטרענגער מחבר מאַכט ניט קײן הנחה אױף דעם לײענערס טעאָרעטישן עם־הארצות. װען עס קומט אָבער צו די פּאָעטישע װערק גופֿא, װערט עס אַ ביסל לײַכטער, הגם עס װאָלט דאָ שטאַרק געהאָלפֿן צו לײענען זײ ניט בלױז אין די איבערזעצונגען, נאָר אױך אינעם אָריגינאַל; בפֿרט אַז דעם מחברס איבערזעצונגען זײַנען צומאָל גאַנץ פֿרײַע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.