ימים־נוראָים און מירטשאַ עליאַדע

High Holidays and Mircea Eliade

די ביאַליסטאָקער שיל אין מאַנהעטן איז באַצירט מיט די 12 מזלות פֿון דעם זאָדיאַק
די ביאַליסטאָקער שיל אין מאַנהעטן איז באַצירט מיט די 12 מזלות פֿון דעם זאָדיאַק

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 09, 2015, issue of October 30, 2015.

צומאָל ברענגען נאַיִווע פֿראַגעס דווקא צו אינטערעסאַנטע און חידושדיקע מחשבֿות. פֿאַרוואָס ווערט ראָש־השנה אָנגערופֿן בוכשטעבלעך „דער קאָפּ פֿונעם יאָר‟? אינעם גראַמאַטישן זין מיינט עס, פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס גאַנצע יאָר הייבט זיך אָן פֿונעם דאָזיקן יום־טובֿ. פֿונדעסטוועגן, אויב דאָס יאָר האָט אַ קאָפּ, וווּ זענען די פֿיס, הענט, אויגן אָדער אויערן פֿונעם יאָר? אָט אַזאַ טשיקאַווע קשיא האָב איך נישט לאַנג צוריק געהערט אין דער שיל, וווּ איך האָב געדאַוונט ימים־נוראָים.

אין דער אמתן, איז די דאָזיקע פֿראַגע נישט אַזוי נאַיִוו. די דרײַ ייִדישע יום־טובֿים, ווען אַלע ייִדן פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען אינעם בית־המיקדש — פּסח, שבֿועות און סוכּות — הייסן אַ רגל — דער „פֿוס‟. דער בוכשטעבלעכער באַדײַט פֿונעם דאָזיקן וואָרט איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך; ייִדן פֿלעגן קומען צופֿוס אינעם הייליקן אָרט. אין די חסידישע ספֿרים ווערט אָבער דערקלערט, אַז די דאָזיקע דרײַ יום־טובֿים זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון פֿיס, וואָס מע זעט באַזונדערס בולט שׂימחת־תּורה בעת די הקפֿות.

לויט אַן אַנדער חסידישער אַסאָציאַציע, איז סוכּות דער „האַלדז‟ פֿונעם יאָר, וואָס פֿאַרבינדט דעם „קאָפּ‟, ראָש־השנה, מיט די אַנדערע אבֿרים פֿונעם גוף. אין קבלה־ספֿרים ווערן דערקלערט פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿון גאַנץ פּרטימדיקע אַסאַציאַציעס, לויט וועלכע יעדער טאָג פֿונעם יאָר און אַפֿילו יעדע שעה פֿונעם טאָג איז פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן טייל פֿונעם מענערלעכן אָדער ווײַבלעכן קערפּער. אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן עטלעכע טעג, וואָס ווערן באַטראַכט אויף אַ געוויסן אופֿן ווי „ראָש־השנה‟. דער ערשטער חודש אינעם ייִדישן יאָר איז ניסן; הגם דאָס יאָר הייבט זיך אָן פֿון תּשרי, איז עס דער זיבעטער חודש. ניסן ווערט אַסאָציִיִרט מיטן שאַרבן פֿון אַ פֿרוי, און תּשרי — מיטן שאַרבן פֿון אַ מאַן.

די חדשים מרחשוון און כּיסלוו זענען פֿאַרבונדן מיט די אויערן פֿון אַ מאַן, און אייר מיט סיוון — מיט די אויערן פֿון אַ פֿרוי; טבֿת און שבֿט אַסאָציִיִרן זיך מיט די אויגן פֿון אַ מאַן, און אָדר — מיט זײַן נאָז. בײַ די פֿרויען איז דער חודש אלול פֿאַרבונדן מיט דער נאָז. יעדער ראָש־חודש ווערט באַטראַכט בוכשטעבלעך ווי דער „קאָפּ‟ פֿונעם מאָנאַטלעכן לבֿנה־ציקל, ווײַל די דאָזיקע טעג האָבן אַ געוויסן שײַכות צו פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם מענטשלעכן קאָפּ. די פּרטים פֿון די דאָזיקע פֿאַרבינדונגען ווערן דערקלערט אין אַ סך באַקאַנטע חסידישע ספֿרים — למשל, אינעם „דרך פּקודך‟ פֿונעם דינאָווער רבין.

די זיבן טעג פֿון יעדער וואָך ווערן אויך אַסאָציִיִרט מיט אויגן, אויערן און נאָזלעכער; שבת איז גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן מויל. די חז״ל זאָגן, אַז אינעם מענטשלעכן גוף זענען פֿאַראַן 248 אבֿרים און 365 אָדערן, וואָס שטימען מיט פֿאַרשיידענע תּורה־פֿאַרבאָטן, די נעגאַטיווע „מיצוות לא תעשׂה‟, און מיט דער צאָל פֿון די טעג אינעם זון־קאַלענדאַר. פֿאַרשיידענע מאָמענטן פֿון יעדן טאָג ווערן אויך אַסאָציִיִרט מיט געוויסע טיילן פֿונעם מענטשלעכן אָרגאַניזם.

נישט אומזיסט עסן מיר דעם קאָפּ פֿון אַ פֿיש אָדער לעמעלע בײַם ראָש־השנהדיקן טיש. אַחוץ דעם באַקאַנטן סימבאָלישן באַדײַט, ווערט דער יערלעכער צײַט־ציקל גופֿא באַטראַכט ווי אַ לעבעדיקער קאָסמישער אָרגאַניזם, וואָס פֿאַראייניקט אויף אַ געוויסן סימעטרישן אופֿן די מענערלעכע און ווײַבלעכע אַספּעקטן אינעם אוניווערס.

פֿאַר אַ סך מאָדערנע מענטשן קלינגען אַזעלכע טעאָריעס, מסתּמא, ווי אומראַציאָנעלע אויבערגלויבענישן. אין דער אמתן, אָבער, דערמעגלעכט אַזאַ צוגאַנג זיך צו באַציִען צום גלגל־החוזר פֿון דער צײַט מיט אַ געפֿיל פֿון קדושה און ראָמאַנטישקייט.

צום באַדויערן, באַטראַכטן אַ סך מאָדערנע מערבֿדיקע מענטשן די צײַט בלויז ווי אַ מעכאַנישן פּראָצעס, להיפּוך צו די טראַדיציאָנעלע קולטורן, וועלכע באַנעמען דעם ציקלישן גאַנג פֿון דער לבֿנה און דער זון ווי דעם לעבעדיקן געטלעכן „פּולס‟ פֿון דער וועלט, וווּ יעדער מאָמענט פֿירט אויס אַ באַזונדערע הייליקע ראָלע און ווערט דינאַמיש צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן פּערזענלעכן לעבן פֿון יעדן יחיד.

על־פּי־קבלה, באַשטייט יעדער קלענסטער פּרט אינעם אוניווערס פֿון דרײַ אַספּעקטן: „עולם‟, „שנה‟ און „נפֿש‟ — די פּאָזיציע אינעם רוים, דער צײַט־מאָמענט און דאָס פֿינקל פֿון לעבעדיקייט, וואָס געפֿינט זיך אַפֿילו אין אַזעלכע אומבאַלעבטע אָביעקטן, ווי שטיינער. אַ סך אַלטע בתּי־מדרשים, אַרײַנגערעכנט די היסטאָרישע „ביאַליסטאָקער שיל‟ אין מאַנהעטן, זענען באַצירט מיט די 12 מזלות — די זאָדיאַק־צייכנס, וואָס רעפּרעזענטירן אויף אַ פּרעכטיקן אופֿן דעם זעלבן ענין פֿון דער אינטימער פֿאַרבינדונג פֿונעם מענטשלעכן לעבן און דעם לעבעדיקן קרײַז־גאַנג פֿון דער צײַט. למשל, דער הײַנטיקער חודש, תּשרי, ווערט אַסאָציִיִרט מיטן מזל מאָזניים, די וואָג, ווײַל דער אייבערשטער „וועגט אָפּ‟ אונדזער גורל אין די ימים־נוראָים.

די היסטאָרישע איראָניע האָט זיך אַזוי אויסגעשפּילט, אַז דער ענין פֿונעם הייליקן גלגל־החוזר איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן אין דער מערבֿדיקער וועלט דורך דעם גרויסן רומענישן היסטאָריקער און פֿילאָסאָף מירטשאַ עליאַדע — איינער פֿון די קלאַסישע פֿאָרשער פֿון גײַסטיקע וועלט־טראַדיציעס אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.

עליאַדע האָט אויפֿגעוויזן, אַז אין די טראַדיציאָנעלע מענטשלעכע קולטורן ווערן די יערלעכע יום־טובֿים און אַנדערע כּסדרדיקע געשעענישן אויפֿגענומען ווי דער אייביקער אומקער צום געטלעכן נשמה־שורש. הגם דער טראַדיציאָנעלער מענטש איז מקיים יעדעס יאָר די זעלבע מיצוות, ווערן זיי אַלעמאָל אַנטפּלעקט ווי אוניקאַלע פּערזענלעכע איבערלעבונגען.

דעם מאָדערנעם סעקולערן צוגאַנג צו דער צײַט ווי אַן אָנגייענדיקן איינזײַטיקן פּראָצעס האָט עליאַדע באַטראַכט ווי דעם „שוידער פֿון געשיכטע‟. פּונקט צוליב דעם, וואָס די ייִדן פּראַווען יעדעס יאָר די זעלבע יום־טובֿים לויט אַ געוויסן קאָנקרעטן סדר, קאָנען זיי אַנטלויפֿן פֿונעם דאָזיקן „שוידער‟ און דערפֿילן די הייליקע און לעבעדיקע נאַטור פֿון דער ציקלישער צײַט. עליאַדע האָט אויך געגלייבט, אַז דווקא דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אויסגעטראַכט אַזאַ „שוידערלעכע‟ מעכאַנישע שיטה.

הגם עליאַדע האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט די ייִדישע טראַדיציעס און קבלה, איז ער נישט געווען אַ גרויסער מבֿין אינעם דאָזיקן געביט. דערצו, איז זײַן טראַדיציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע פֿאַרבונדן מיט אַ פֿינצטערער קאָנטראָווערסיע. אין די 1930ער יאָרן, האָט ער אַקטיוו געשטיצט די פֿאַשיסטישע און אַנטיסעמיטישע רומענישע „אײַזערנע גוואַרדיע‟. ווען יאָן אַנטאָנעסקו איז געקומען צו דער מאַכט אין 1940, האָט עליאַדע פֿאַרשטאַנען, אַז צוזאַמען מיט די ראָמאַנטישע און נאָסטאַלגישע חלומות האָט די דאָזיקע חבֿרה געבראַכט אַן אמתן שוידער און חורבן אינעם לאַנד. פֿונדעסטוועגן, האָט ער ביז זײַן טויט אין 1986 זיך באַצויגן מיט אַ געוויסער סימפּאַטיע צו רעכטע נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען.

נישט געקוקט אויף די צווייפֿלהאַפֿטיקע פֿאַרבינדונגען מיט די נאַציאָנאַליסטן, בלײַבן עליאַדעס טעאָריעס וועגן דעם ציקלישן צײַט־גאַנג באַלערנדיק און נאָענט צו קבלה. עס קאָן זײַן, אַז אויב עליאַדע וואָלט געוווּסט די חסידישע טעאָריעס וועגן פֿאַרשיידענע לעבעדיקע „אבֿרים‟ פֿונעם יאָר, וואָלט ער אַרויסגעוויזן מער דרך־ארץ צו זײַנע ייִדישע מיטבירגער, וועלכע האָבן אַלעמאָל באַנומען די צײַט ווי אַ הייליקן פּראָצעס מיט אַן אייגענעם „קאָפּ‟, „אויגן‟ און „פֿיס‟, וואָס פֿירן אונדז ווײַטער דורכן געווירבל פֿונעם לעבן.