(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס זשע זענען די דאָזיקע אינטערעסן פֿון רוסלאַנד? א) רוסלאַנד וויל הערשן איבער אַ שטיקל ברעג פֿונעם מיטלענדישן ים, ב) האָבן אַ תּירוץ צו שיקן דעם מיליטער אינעם קאַספּישן ים, ג) מאַכן מענטשן צו פֿאַרגעסן וועגן קרים, און ד) באַווײַזן דער וועלט ווי שטאַרק איז רוסלאַנד און ווי שוואַך איז אַמעריקע.
איראַן און סיריע האָבן נישט קיין ברירה, חוץ פֿון קריגן הילף פֿון רוסלאַנד. איידער פּוטין האָט געשיקט טאַנקען, עראָפּלאַנען און טויזנטער סאָלדאַטן קיין סיריע, איז באַשאַר אַל-אַסאַד געווען אין אַ געפֿערלעכן מצבֿ. ער האָט נישט געהאַט קיין שליטה איבער דער מערהייט פֿון זײַן לאַנד און מען האָט גערעכנט אין צה”ל, אַז עס וואָלט גענומען 50 יאָר, די סירישער אַרמיי זאָל צוריקקומען צו אירע פֿריִערדיקע כּוחות, וואָס זײַנען, אַגבֿ, געווען נישט אַזוי פֿויגלדיק. די עקספּערטן האָבן געגלייבט, אַז דאָס סירישע מיליטער איז אַזוי אָפּגעשוואַכט פֿון דער מלחמה, אַז למעשׂה פֿירט דאָרט „כעזבאָלאַ‟ אָן דעם קאַמף.
אַסאַד האָט נישט געקענט ממש זיך פֿאַרלאָזן אויף איראַן, וואָס איז געווען גרייט צו העלפֿן אַ ביסל מיט געווער, אָבער נישט ממש מיט דעם, אין וואָס אַסאַד האָט זיך טאַקע גענייטיקט: סאָלדאַטן. דאָס איז נישט קיין חידוש. די איראַנישע יבשה־אַרמיי איז כּמעט פּונקט אַזוי שוואַך, ווי די אַמאָליקע אַראַבישע אַרמייען, וואָס „שיידן נישט אונטער דאָס רעכטס פֿונעם לינקס‟.
דער אַיאַטאָלאַ האַלט זײַן מאַכט אונטער צוליב דער ברוטאַלקייט פֿון דעם „באַסידזש‟, אָבער אַז עס קומט צו אמתע מיליטערישע צילן, איז ער אָפּהענגיק פֿון די באַליסטישע ראַקעטן, וואָס ער האָט מורא אַרויסצושיסן. און די אַליאַנץ מיט רוסלאַנד איז אַ געלעגנהײט צו בויען אַן אמתן מיליטער אין אַ וועלט, וואָס איז קעגן דער „איסלאַמישער מדינה‟.
נאָך דעם תּוהו-ובֿוהו פֿונעם אַראַבישן פֿרילינג איז רוסלאַנד געקומען אָנצושטעלן אַן אָרדענונג אין דעם כאַאָס. קיינער דערוואַרט נישט, אַז אַמעריקע אָדער אייראָפּע וועט זײַן פֿאַראינטערעסירט זיך אַרײַנמישן אין מיטל-מיזרח, נאָר כּדי אַרײַנצושטעלן אַ שטעקן אין רוסלאַנדס רעדער. אפֿשר וועלן ישׂראל און די סוניטישע מדינות עס נישט זאָגן אויף אַ קול, אָבער זיי וועלן זיך פֿירן לויט דער דערוואַרטונג. דאַנקען גאָט, וואָס מדינת-ישׂראל איז געוואָרן אַזוי שטאַרק, אַז איר פּרעמיער דאַרף זיך נישט „שפּרייטן‟ פֿאַר פּוטינען, כּדי צו בעטן אים ער זאָל נישט מאַכן קיין צרות פֿאַר ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.