לעצטנס איז אַרױס אינעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „דער אַטלאַנטיק“ אַ פּאָלעמישער עדיטאָריאַל מכּוח די פּליטים, װאָס אַנטלױפֿן פֿון דער מלחמה אין סיריע און באַמיִען זיך אָנצוקומען אין דער רײַכער אײראָפּע. דעם אַרטיקל האָט אָנגעשריבן דוד פֿרום, אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל און אַן אָנגעזעענער ייִדישער רעפּובליקאַנער, װאָס האָט צװישן 2001 און 2002 געשריבן רעדעס פֿאַרן פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. דער אַרטיקל הײבט זיך אָן מיט קריטיק קעגן דעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט ד״ר בען קאַרסאָן, װאָס האָט לעצטנס געזאָגט, אַז היטלער ימח־שמו װאָלט נישט געקענט אַזױ עפֿעקטיװ דורכפֿירן זײַן פּלאַן צו פֿאַרטיליקן דאָס ייִדישע פֿאָלק, װען דער נאַצי־רעזשים װאָלט פֿריִער נישט געהאַט אַװעקגענומען בײַ די דײַטשישע בירגערס דאָס געװער. חבֿר פֿרום איז גערעכט, אַז ד״ר קאַרסאָן האָט אַ פֿאַלשן פֿאַרשטאַנד פֿון דער געשיכטע אי פֿון די נאַציס, אי פֿון ייִדישן װידערשטאַנד. די פּאַראַלעלן צװישן נאַצי־דײַטשלאַנד און דער הײַנטיקער אַמעריקע זענען נישט גענוג קלאָר, מע זאָל קאָנען דערמאָנען דעם חורבן אין דער דעבאַטע איבערן רעכט צו טראָגן געװער.
לײדער, איז חבֿר פֿרומס קריטיק קעגן דעם רעכט־געשטימטן קאַרסאָנען בלױז אַ רעטאָרישער אַרײַנפֿיר צו זײַן צװײטער (אָבער שטאַרקערער) קריטיק קעגן די לינק־געשטימטע. ער האַלט, אַז זײ באַגײען אַן ענלעכע עבֿירה לגבי דעם באַניץ פֿונעם חורבן־מעטאַפֿאָר, דהײַנו, זײ פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון די פּליטים מיט די ייִדן, װאָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון חורבן. חבֿר פֿרום קריטיקירט ראַדזשער כּהן, װאָס האָט פֿרײַטיק אָנגעשריבן אַן אַרטיקל אין „ניו־יאָרק־טײַמס“ װעגן די 3,500 פּליטים פֿון צפֿון־אַפֿריקע, װאָס האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אינעם חורבן־דענקמאָל אין מילאַן. דאָס װאָרט „גלײַכגילט“ שטײט אױסגעקריצט אױף דער אױפֿשריפֿט בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם דענקמאָל, און טאַקע דערפֿאַר (ד״ה, קעגן דעם װאָרט) איז דעם װיצע־פּרעזידענט ראָבערטאָ יאַראַק אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרװאַנדלען דעם פּלאַץ אין אַ פּראָצעסיר־צענטער פֿאַר די פּליטים. חבֿר כּהן טענהט, אַז מיר מוזן הײַנט באַקעמפֿן די זעלבע קסענאָפֿאָביע, װאָס האָט געהערשט אין אײראָפּע אין די 1940ער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.