(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַוודאי, שטעקט עפּעס אין זייערע טענות און דאָך, אויב די רעגירונג איז שולדיק אין די אַלע צרות און אָפּקומענישן, זאָלן די אומצופֿרידענע, במחילה, דעמאָנסטרירן קעגן דער רעגירונג. פֿאַר וואָס דאַרף מען אויסזעצן די שויבן אין אַן אויטאָבוס אָדער שטעכן ייִדן מיט אַ מעסער אין מיטן דער גאַס? אַזאַ ווילדער אויפֿפֿיר מצד דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג קעגן זייערע שכנים, ווי עס קומט פֿאָר אין די לעצטע וואָכן, ווערט אויפֿגענומען ווי אַן אַטאַק אויפֿן גאַנצן פֿאָלק, און לאו-דווקא ווי אַ פּראָטעסט קעגן נתניהו און זײַן רעגירונג. דאָס צעשטערן די איידעלע באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער.
דעמאָנסטרירן אומצופֿרידנקייט איז אַ רעכט, און אַמאָל טאַקע אַ פֿליכט, אין דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן. איין באַדינג — גוואַלדטאַטן איז נישט אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער שפּיל. צום באַדויערן, ווערן די גרענעצן אין ישׂראל צומאָל צעשווענקט. געוויסע פּאָליטיקער, זיצנדיקן אין דער כּנסת, ווײַזן אַרויס זייער וויכטיקייט און גרויסקייט דורכן בלאָזן אויף גליִיִקע קוילן; זיי גיבן זיך גאָר נישט אָפּ אַ דין-וחשבון, וואָס וועלן זײַן די רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿלאַמיקע רייד.
עס זענען פֿאַראַן אויך אַנדערע קולות, וואָס זענען מער תּכליתדיק און ווייניקער פֿאַרסמט מיט שׂינאה. זיי רופֿן צו „שטילשטאַנד‟. זיי זעען נישט קיין אַנדער מעגלעכקייט ווי דאָס פֿרידלעכע צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און אַראַבער אויף אָט דעם שטיקל ערד. אמת, זיי ווערן אָפֿטלעך פֿאַרטויבט דורך די פּראָוואָקאַציעס, דורכגעפֿירט כּסדר פֿון מער עקסטרעמע און ווײַט נישט קלוגע עלעמענטן.
איין גוטער בײַשפּיל דערפֿון איז דער אַנומלטיקער ווידעאָ, וווּ מע זעט, ווי דער בירגערמײַסטער פֿון נצרת שטעלן זיך אָפּ מיט זײַן אויטאָ לעבן אײַמאַן אודאַ, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „פֿאַראייניקטער אַראַבישער פּאַרטיי‟, וואָס האַלט אין מיטן אַן אינטערוויו פֿאַרן צווייטן טעלעוויזיע־קאַנאַל, און האַקט אים איבער. ער ווענדט זיך צו אײַמאַן אודאַ און פֿאָדערט מיט בייזקייט, אַז יענער זאָל זיך אָפּטראָגן פֿון זײַן שטאָט און גיין זוכן זיך אַן אַנדער פּלאַץ אונטערצוצינדן. חיפֿה — איז געווען זײַן פֿאָרשלאָג. ער האָט באַשולדיקט אים אין אוממעכטיקייט און אינעם שאַפֿן אַ מצבֿ, וואָס פֿאַרטרײַבט די ייִדישע קונים פֿון נצרת.
און טאַקע: יעדעס מאָל, וואָס די אַטמאָספֿער ווערט מער אָנגעלאָדן, מײַדן אויס די ייִדן די אַראַבישע שטעט און קוואַרטאַלן. דאָס איז נישט מחמת מע בויקאָטירט זיי. ריכטיקער, עס זענען טאַקע דאָ ייִדן, וואָס בויקאָטירן, אָבער זיי זענען בלויז אַ מינדערהייט, די מערהייט האָט פּשוט מורא אײַנצושטילן זיך דאָס לעבן. בלײַבן די אַראַבישע געשעפֿטן שטיין ליידיק. דער בירגערמײַסטער האָט באַטאָנט, אַז אין די שטילע צײַטן באַזוכן די שטאָט דרײַסיק טויזנט ייִדן יעדן סוף-וואָך, און דעם לעצטן סוף-וואָך איז נישט אַרײַנגעקומען קיין איין ייִד. דעריבער איז דער היזק פֿאַר דער שטאָט־עקאָנאָמיע אַזוי גרויס. דערצו האָבן יונגע-לײַט פֿאַרברענט מיסטקאַסטנס און גורם געווען שאָדנס, וואָס ער האָט אָפּגעשאַצט אין עטלעכע שווערע טויזנטער שקלים.
לאָמיר האָפֿן, אַז דער שׂכל-הישר וועט פֿאָרט גובֿר זײַן די עקסטרעמיסטן, וואָס געשעט נישט אָפֿט דאָ, אין מיטלן-מזרח, און די תּושבֿים פֿון דעם לאַנד וועלן אַרויסווײַזן מער חכמה און מעסיקייט ווי געוויסע פּאָליטיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.