כּנען אױף דער סלאַװישער ערד

Canaan on Slavic Land

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 15, 2015, issue of October 30, 2015.

די שפּראַך פֿון “כּנען”, דער ייִדישער עדה, װאָס האָט געלעבט אין סלאַװישע לענדער אין מיטל-עלטער, פֿאַרנעמט אַ װיכטיק אָרט אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש. לױט מאַקס װײַנרײַכס טעאָריע, האָבן די אַשכּנזים, װאָס זײַנען געקומען פֿון דײַטשלאַנד קײן מיזרח־אײראָפּע, אַסימילירט אָט די אַלט־געזעסענע סלאַװיש־רעדנדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג. זינט דעמאָלט אָן האָבן אַלע ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע אָנגעהויבן רעדן ייִדיש, הגם זײער שפּראַך האָט אָפּגעהיט געװיסע לינגװיסטישע שפּורן פֿון דעם פֿאַרשװוּנדענעם לשון־כּנען.

די דאָזיקע טעאָריע באַזירט זיך אױף געװיסע װערטער און גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס, װאָס האָבן אַ בולטן סלאַװישן אָפּשטאַם. אָקײן געהעריקע װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג פֿונעם דאָזיקן ענין איז אָבער עד־היום ניט געװען. איצט פֿאַרמאָגן מיר אַ װאָגיקע קאָלעקטיװע מאָנאָגראַפֿיע מיטן טיטל „כּנענישע גלאָסעס אין מיטל-עלטערלעכע העברעיִשע כּתבֿ־ידן אין שײַכות מיט טשעכישע לענדער‟, װאָס איז אַרױס הײַיאָר אין פּראָג אױף טשעכיש. דאָס איז אַן אַנאַליטישע שטודיע פֿון די כּנענישע „גלאָסעס‟, אײנצלנע סלאַװישע װערטער, פֿאַרשריבן מיט העברעיִשע אותיות. די דאָזיקע גלאָסעס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער לשון־קודשדיקע מקורים פֿונעם 12טן ביז 14טן יאָרהונדערט, װאָס געפֿינען זיך איצט אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען אין אײראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.

דער ערשטער טײל פֿונעם בוך באַהאַנדלט דעם היסטאָרישן, לינגװיסטישן און ליטעראַרישן קאָנטעקסט פֿונעם טשעכישן ייִדנטום און זײַן קולטור, און ספּעציעל זײַן שפּראַך. דער צװײטער טײל גיט זיך אָפּ מיט לינגוויסטישע אַספּעקטן: אױסלייג, פֿאָנעטיק, װאָקאַבולאַר, פּריװאַטע און געאָגראַפֿישע נעמען. דער דריטער טײל איז אַ גלאָסאַר פֿון כּנענישע גלאָסעס מיט פּרטימדיקע פּירושים און דיגיטאַלע פֿאָטאָגראַפֿישע רעפּראָדוקציעס פֿון געהעריקע פֿראַגמענטן אין כּתבֿ־ידן. צום סוף, װערן בײַגעלייגט דרײַ פֿאָרשערישע שטודיעס פֿונעם באַרימטן לינגװיסט ראָמאַן יאַקאָבסאָן װעגן דעם לשון־כּנען.

דער באַרימטער פּוסק און תּלמיד־חכם ר’ יצחק בן משה פֿון װין (1180—1250), באַקאַנט אונטערן נאָמען פֿון זײַן חיבור „אור זרוע‟, האָט געשריבן, אַז די ביימען־ייִדן פֿון זײַן צײַט האָבן גערעדט אױף „לשוננו לשון כּנען‟. אין זײַן ספֿר דערמאָנט ער אַ היפּשע צאָל װערטער אויפֿן דאָזיקן לשון. לרובֿ, באַצײכענען זײ פֿאַרשידענע זאַכן פֿונעם טאָג–טעגלעכן באַנוץ, למשל, „אשקרובדא‟ (סקאָװרעדע) אָדער „לופּטא‟ (לאָפּעטע). אַ סבֿרה, זײַנען די דאָזיקע װערטער אַרײַן אין ייִדיש פֿון לשון־כּנען שױן אַרום דעם 14טן יאָרהונדערט.

אָבער, װי עס באַמערקט ראָמאַן יאַקאָבסאָן אין זײַן שטודיע, „לשון־כּנען איז ניט קײן באַזונדערע שפּראַך װי ייִדיש. דאָס איז אַ באַזונדערער דיאַלעקט פֿון דער טשעכישער שפּראַך, װאָס שיידט זיך אונטער צוליב רעליגיעזע און סאָציאַלע אײגנשאַפֿטן.‟ לשון־כּנען איז װײניקער דיפֿערענצירט און מער אַרכאַיִש, אײדער די טשעכישע שפּראַך פֿון יענער צײַט. זײַן ייִדיש מהות שפּיגלט זיך אָפּ אינעם ספּעציעלן באַטײַט פֿון געװיסע סלאַװישע װערטער. למשל, דאָס װאָרט „שקאָלניק‟, מײנט ניט קײן באַדינער אין אַ לערנשול װי בײַ די קריסטן, נאָר אַ שמשׂ אין אַ שיל („שקאָלע‟). אַנשטאָט לאַטײַנישע װערטער און אױסדרוקן, װאָס זײַנען אַרײַן אינעם קריסטלעכן טשעכיש, האָבן זיך די ייִדן באַנוצט מיטן לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט.

מיר פֿאַרמאָגן ניט קײן פֿולע טעקסטן אױף דעם „לשון־כּנען‟, װײַל דאָס איז געװען בלױז אַ גערעדטע און ניט קײן ליטעראַרישע שפּראַך. די מחברים פֿון הלכישע חיבורים אין בײמען, מערן, עסטרײַך און דרום־דײַטשלאַנד האָבן גענוצט אײנצלנע סלאַװישע װערטער, כּדי צו פֿאַרפּינקטלעכן דעם פּראַקטישן באַטײַט פֿון זײערע פּירושים און פּסקים. צומאָל האָבן זײ פֿאַרטײַטשט די דאָזיקע װערטער אױף לשון־קודש, און צומאָל ניט, װאָס מײנט, אַז דאָס לשון איז געװען ברײט באַקאַנט. יאַקאָבסאָן באַמערקט, אַז דער רבי פֿון „אור־זרוע‟, דער פּראָגער תּלמיד־חכם ר’ אַבֿרהם בן עזריאל, האָט זיך באַנוצט מיט בײַשפּילן פֿון דער טשעכישער שפּראַך, כּדי צו דערקלערן זײַנע לײענער די גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס פֿון דעם מין און טראַנזיטיװע װערבן. דאָס הײסט, אַז זײַנע לײענער זײַנען געװען גוט באַהאַװנט אין דער שפּראַך פֿון „כּנען‟.

דאָס לשון־כּנען האָט אױך געדינט װי די שפּראַך פֿון בילדונג אין חדרים און ישיבֿות פֿון פּראָג און דער אַרומיקער סבֿיבֿה. היות װי פּראָג האָט געהאַט אַ הױכן פּרעסטיזש אין דער ייִדישער װעלט פֿון מיטל־עלטער, זײַנען אײנצלנע װערטער פֿון לשון־כּנען באַקאַנט געװאָרן אַזױ װײַט װי צפֿון־פֿראַנקרײַך און מערבֿ־דײַטשלאַנד. ייִדן האָבן זיך דעמאָלט געפֿילט אין דער הײם אין די טשעכישע לענדער און אַפֿילו געהאָלפֿן זײערע שכנים אין זײער קאַמף קעגן דער דײַטשישער אַגרעסיע. יאַקאָבסאָן ספּעציעל באַטאָנט דעם דאָזיקן היסטאָרישן אַספּעקט, װײַל ער האָט געשריבן זײַן רעפֿעראַט בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען טשעכאָסלאָװאַקײַ איז געװאָרן דער ערשטער קרבן פֿון היטלערס אַגרעסיע.

דװקא די גערמאַניזאַציע פֿון דער צענטראַלער אײראָפּע האָט גורם געװען דעם נצחון פֿון ייִדיש איבערן לשון־כּנען. אַ סך ייִדן זײַנען אָנגעקומען אַהין מיט די דײַטשן אינעם 14טן יאָרהונדערט, און ייִדיש האָט אַרױסגעשטופּט לשון־כּנען פֿונעם טאָג־טעגלעכן באַנוץ. אַן ענלעכער פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען אױך אין מערבֿ־אײראָפּע, װוּ דאָס פֿראַנצױזיש־ייִדישע לשון „לעז‟, די שפּראַך פֿון רש״י און זײַן סבֿיבֿה, איז אױך פֿאַרביטן געװאָרן אויף ייִדיש. אָבער סײַ לשון־כּנען, סײַ „לעז‟ האָבן איבערגעלאָזט אַ היפּשע צאָל שפּורן אין ייִדיש.