(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון ישׂראל קיין מאָסקווע איז געקומען מיכאל פֿרייקמאַן, אַ היסטאָריקער און אַרכעאָלאָג. ער האָט געהאַלטן צוויי רעפֿעראַטן אין די ראַמען פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟. דער ערשטער האָט געהייסן „מלכּת שבא‟ און איז געווידמעט געווען די פֿאַרבינדונגען פֿון ארץ־ישׂראל און שבא אין די צײַטן פֿון אַלט־ייִדישער מאָנאַרכיע לויט די אַרכעאָלאָגישע קוואַלן. דער צווייטער רעפֿעראַט איז וועגן דעם בית־המיקדש. פֿרייקמאַן האָט פֿאַרגלײַכט די באַשרײַבונג פֿונעם תּנ״ך מיט די בילדער און אַרכעאָלאָגישע אָנגאַבעס פֿון פֿאַרשיידענע טעמפּלען אין מיטל־מיזרח און ציפּערן, בתוכם טעמפּלען פֿון אַנדערע רעליגיעס, וואָס זענען דערמאָנט אינעם תּנ״ך.
מיטוואָך דעם 14טן אָקטאָבער איז אין ישׂראלדיקן קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון ישׂראל אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון יצחק ברודני „אויסן־פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל אין 21סטן י״ה‟. ברודני, אַ באַרימטער פּאָליטאָלאָג פֿון ירושלים, געפֿינט זיך די טעג אין מאָסקווע מיט אַ וויזיט; ער לערנט אַ קורס סטודענטן פֿון ייִדישע לימודים אין דעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט.
אין ייִדישן פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז דערשינען מישע לעווס בוך „עס ברענט אַ ליכט אין מײַן זכּרון‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג - אַן אויטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן, וואָס באַשרײַבט די יונגע יאָרן פֿונעם שרײַבער און זײַן אָנטייל אין ליטעראַרישן לעבן אין כאַרקאָוו און אין מאָסקווע אין די 1930ע יאָרן. אינטערעסאַנט איז, אַז די איבערזעצונג, האָבן געמאַכט מאַשע ראָלניקײַטע און וואַלערי דימשיץ.
און דער פֿאַרלאַג „ראָספּען‟ – דער בעסטער אין רוסלאַנד, וואָס גיט אַרויס ביכער פֿון סאָוועטישער געשיכטע, האָט בשותּפֿות מיט „קניזשניקי‟ פֿאַרעפֿנטלעכט „דאָס טאָגבוך, 1941—1946‟ פֿון וולאַדימיר העלפֿאַנד, סאָוועטישן אָפֿיצער, וואָס האָט אָנטייל גענומען אין דעם סטאַלינגראַדער שלאַכט, אינעם באַפֿרײַען אוקראַיִנע און פּוילן און האָט געענדיקט די מלחמה אין דײַטשלאַנד. דאָס טאָגבוך באַשרײַבט כּלערליי פּרטים פֿון דעם טאָג־טעגלעך לעבן אויפֿן פֿראָנט, בתוכם די מעשׂים פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי אין דײַטשלאַנד.
די אויסגאַבע שליסט אײַן פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס העלפֿאַנד האָט געמאַכט אין דער אַרמיי. דאָס בוך איז צוגעגרייט פֿונעם פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי, דעם פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן י״ה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.