ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 14, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ קאָנפֿערענץ אַרום זנות און ווײַבער־האַנדל, האָמאָסעקסואַליזם

דעם 11טן און 12טן אָקטאָבער איז אין דעם ירושלימער אוניווערסיטעט פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ „געזעלשאַפֿטלעך־פֿאַראַכטע סאָציאַלע פּראַקציסן בײַ ייִדן‟ — די רייד גייט וועגן זנות און ווײַבער־האַנדל, האָמאָסעקסואַליזם, גילוי־עריות און אַנדערע מינים פֿון אומאײַנגענעמער סעקסועלער אויפֿפֿירונג. דאָס רובֿ רעפֿעראַטן זײַנען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף רוסיש, און אַן ערך דרײַ פֿערטל אָנטיילנעמער זענען די מיטאַרבעטער פֿונעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן הומאַניטאַרן מלוכישן אוניווערסיטעט, מאָסקווע (אַנדערע זענען געלערנטע פֿון ישׂראל). פֿאַר דער קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אַ סקאַנדאַל: צוערשט, האָט מען פּלאַנירט דורכצופֿירן די קאָנפֿערענץ אינעם רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, אָבער מע האָט באַשולדיקט דעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים אין פּראָפּאַגאַנדע פֿון אויסגעלאַסנקייט און, ווי מאָדנע עס זאַל ניט קלינגען, אין אַנטיסעמיטיזם; און דער רעקטאָראַט פֿונעם אוניווערסיטעט האָט מורא געהאַט צו באַשיצן דעם אָפּטייל פֿון זײַן אוניווערסיטעט, ווײַל די ביידע באַשולדיקונגען קלינגען זייער ערנסט אין איצטיקן רוסלאַנד. דער צענטער פֿון ייִדישע לימודים האָט זיך אָבער געגעבן אַן עצה און דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אין ירושלים, בשותּפֿות מיטן ירולשימער אוניווערסיטעט.

„ספֿר‟: אַן עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע קיין ישׂראל

נאָך אַן אונטערנעמונג פֿון אַ רוסישער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע קומט די טעג פֿאָר אין ישׂראל. דער צענטער „ספֿר‟ האָט אָרגאַניזירט אַן עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע קיין ישׂראל. מע פֿרעגט אויס עלטערע ייִדן, וואָס האָבן עולה געווען פֿון די לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און לעבן איצט אין ישׂראל. מע פֿרעגט זיי אויס ניט בלויז מכּוח זייערע קינדער־זכרונות, נאָר אויך מכּוח זייער באַגעגעניש מיט „אַנדערע ייִדן‟ און „אַנדער ייִדישער טראַדיציע‟ אין ישׂראל און וועגן זייער דערפֿאַרונג פֿון צופּאַסן זיך צו דעם נײַעם לעבן.