„סעלפֿי‟ — הײַנטצײַטיקער נאַרציסיזם

Selfie – Today’s Narcissism


פֿון יצחק לודען

Published October 21, 2015, issue of November 13, 2015.

אַ שפּאַציר איבער די בלעטלעך פֿון זשורנאַליסטישע ראַפּאָרטן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די לעצטע צװאַנציק־דרײַסיק יאָר איז װי אַן עקסקורסיע איבער אַרכעאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטן. פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, פֿאָרשער און היסטאָריקער, אַזוי װי פֿאַר סתּם נײַגעריקע וויסן־דורשטיקע לײַטן, קען דאָס זײַן אַ קאָלעקטיװע איבערלעבונג, אַ דערמאָנונג פֿון אַן עקזאָטישער תּקופֿה אָדער, צומאָל, פֿון אַ ראָמאַנטישער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר שרײַבער און קינסטלער איז עס אַן אויפֿגעכאַפּטער רוישטאָף צו געשטאַלטן קינסטלעריש די קאָליריקע דראַמע פֿון דער גרויער טאָג־טעגלעכקײט.

אין זײַן געניאַלער דערפֿינדערישקייט האָט דער הײַנטצײַטיקער טעכנאָלאָגישער װעלט־הערשער, דער הײַ־טעק, אויך באַשאַפֿן אַ נײַעם קליינטשיקן אָפּגאָט: דעם „סעלפֿי‟, װאָס מיט זײַן הילף וויל דער מענטש דאָקומענטירן פֿאַר דער געשיכטע זײַן צענטראַלע ראָלע אין דער אַקטועלער ווירקלעכקייט. אין דער אמתן, אָבער, שפּיגלט אָפּ דער „סעלפֿי‟ דעם מענטשנס נאַרציסיזם, דעם „סעלפֿיש‟ אין דער עפּאָכע פֿון דעם וועטגעיעג מיט דער צײַט.

נישט צופֿעליק האָט דער מענטש טאַקע געקרוינט דאָס דאָזיקע קליינע װוּנדער־קעמערל מיטן נאָמען „סעלפֿי‟, װײַל selfish איז דער ענגלישער טײַטש פֿון עגאָיִזם, פֿון אייגנליבע; און דער שורש פֿון עגאָיִזם און פֿון עגאָצענטרישקייט איז דער ego, דער אולטימאַטיװער „איך‟. „אני ואפסי עוד‟: איך איינער, און מער קיינער, אַן אויסדרוק פֿון פּערזענלעכער גאווה, פֿון אײַנגעבילדעטן שטאָלץ. „אַן אײַנרעדעניש, װאָס איז ערגער פֿון אַ קרענק‟, װי עס זאָגט דאָס באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסװערטל.

דאָס מוז אָבער נישט זײַן דװקא און אַלע מאָל אַ נעגאַטיװער כאַראַקטער-שטריך, כאָטש דאָס װאָרט „עגאָיִזם‟ האָט אַ נעגאַטיװע קאָנאָטאַציע. דער „עגאָ‟ אַלײן קען אויך זײַן אַן אויסדרוק פֿון זעלבסטװירדע און זעלבסטבאַװוּסטזײַן, אויב ער װערט נישט באַגלייט פֿון קיין פֿאַרלייקענונג — אי פֿון דעם פֿרעמדן, דעם אַנדערן, אי פֿון זײַן אייגענעם איך, אַן אויסדרוק פֿון זעלבסטפֿאַרלייקענונג, פֿון פֿאַרמינערן אָדער גרינגשאַצן די אייגענע ווערטן: אַ זאַך, װאָס קען פֿירן צו פֿאַטאַלע רעזולטאַטן. גאָר באַזונדערס, ווען דער עגאָיִזם פֿונעם יחיד װערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ סעקטאָריאַל־געזעלשאַפֿטלעכן, אַן עטנישן, אַנטי-פֿעמיניסטישן אָדער נאַציאָנאַליסטישן שאָװיניזם ביז אַנטיסעמיטיזם, פֿרעמדנהאַס און ראַסיזם.

דאָס אַלץ קאָנצענטרירט זיך אין דעם מיטאָלאָגישן נאַרציסיזם.

דער נאַרציסיזם איז נישט קיין נײַע מענטשלעכע דערשײַנונג. ער איז פֿאַראײביקט אין דער גריכישער מיטאָלאָגיע, אין דער לעגענדע װעגן אַ שיינעם יונגן בחור, װאָס האָט זיך פֿאַרליבט אין זײַן שפּיגל־בילד בעת ער האָט אַרײַנגעקוקט אין אַ װאַסער, און שטײענדיק אַזוי אַ פֿאַרליבטער אין זײַן אייגענער געשטאַלט אַריבערגעבויגן איבער זײַן אָפּבילד, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אינעם װאַסער און איז געװאָרן דערטרונקען, אַ קרבן פֿון זײַן אייגנליבע.

די דאָזיקע לעגענדע, ווי אַ משל מיט אַ נמשל, איז אַרײַן אין דער שפּראַך אונטער דעם מיטאָלאָגישן באַגריף „נאַרציסיזם‟, וואָס מײנט, עגאָצענטרישקייט און „עגאָיִזם‟, װי אַ יחידישע, אָבער אויך װי אַ קאָלעקטיווע דערשײַנונג.

אין אונדזער עפּאָכע פֿון דער גלאָבאַליזאַציע און פֿונעם ברוטאַלן באַװאָפֿענונגס־געיעג, שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם קליינעם פֿאָטאָגראַפֿישן „סעלפֿי‟ דער הײַנטצײַטיקער קאָלעקטיװער נאַרציסיזם פֿון דער געזעלשאַפֿט, די אַטמאָספֿער פֿון נאַציאָנאַלן און סעקטאָראַלן שאָװיניזם און ראַסיזם און דער װילדער װעטגעיעג מיט דער צײַט.