(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעם 19טן אָקטאָבער איז אין מוזיי געוויזן געוואָרן דער ייִדישער פֿילם פֿון וויקטאָר שאַפּיראָ, „די ייִדישע שטאָט קעניגסבערג‟, מיט אַ דיסקוסיע נאָך דער ווײַזונג. אינעם דאָקומענטאַר ווערט דערציילט וועגן דעם אַנטשטיין, דער אַנטוויקלונג און דעם אומקום פֿון דער ייִדישער קהילה אין קעניגסבערג, הײַנט קאַלינינגראַד; ווי אויך וועגן דעם באַטײַט פֿון דער שטאָט אין דער ייִדישער געשיכטע. אין דער דיסקוסיע האָבן אָנטייל גענומען וויקטאָר שאַפּיראָ און דער וויסנשאַפֿטלעכער בעל‑יועץ פֿונעם פֿילם, דער היסטאָריקער איליאַ באַרקוסקי.
און דעם 22סטן אָקטאָבער עפֿנט זיך אין מוזיי אַ נײַע אויסשטעלונג, „די גאָלדענע קייט פֿון דער טראַדיציע (ייִדישע היסטאָריאָגראַפֿיע אין שנאורסאָנס זאַמלונג)‟. עס ווערן אויסגעשטעלט 8 אויסגאַבעס פֿון די היסטאָרישע ווערק, וואָס שטאַמען פֿון 18טן און 19טן י״ה, בתוכם די איבערזעצונג פֿון „יוסיפּון‟ אויף ייִדיש, וואָס איז אַרויס אין אַמסטערדאַם אין 1743.
און אַ ידיעה פֿון וואָלגאָגראַד, אַ שטאָט אויף דרום־רוסלאַנד, געוועזענער סטאַלינגראַד. אַ קינדער-קאָלעקטיוו פֿון דער אָרטיקער ייִדישער שול „אור-אבנר’‟ האָט אָנטייל גענומען אין אַ פֿעסטיוואַל פֿון קינדער-קאָלעקטיוון אין אָסטראַוואַ, טשעכיע. די תּלמידים פֿון וואָלגאָגראַד האָבן פֿאָרגעשטעלט די אָפּערע „ברונדיבאַר‟, וואָס איז צום ערשטן מאָל אויסגעפֿירט געוואָרן פֿון ייִדישע קאַצעטניקעס אין טערעזיענשטאַט. דעם ספּעקטאַקל האָט באַזוכט אַן אָנטיילנעמער פֿון יענער היסטאָרישער פֿאָרשטעלונג, לודעק עליאַש, 92 יאָר אַלט, וואָס איז געווען אַ קאַצעטניק אין טערעזין און אוישוויץ. ער האָט איבערגעלעבט דעם „מאַרש פֿון טויט‟. עליאַש האָט געהאַלטן אַ קורצע רעדע אויף דער בינע. אויפֿגעטראָטן זענען אויך פֿאָרשטייער פֿון דער אָסטראַווער שטאָט־אַדמיניסטראַציע און רוסישע דיפּלאָמאַטן אין טשעכיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.