ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אַלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 21, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ וויכטיקער צוגאָב צום נײַעם געזעץ

די ידיעה, וואָס איז צום ברייטסטן פֿאַרשפּרייט איצט אי אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט, אי אויף דער ייִדישער גאַס, איז פֿאַרבונדן מיטן נײַעם געזעץ, וועלכן דער פּרעזידענט פּוטין האָט אַרײַנגעבראַכט צו באַהאַנדלען אין דעם רוסישן פּאַרלאַמענט מיט אַ וואָך צוריק, דהײַנו: „וועגן קעגנווירקונג דער עקסטרעמיסטישער טעטיקייט‟. צו דעם געזעץ איז צוגעגעבן אַ פּאַראַגראַף, וואָס לויט אים קען מען ניט פֿאַרטײַטשן ווי עקסטרעמיסטישע מאַטעריאַלן די הייליקע ביכער פֿון די פֿיר רעליגיעס: קריסטנטום, איסלאַם, יהדות און בודיזם.

לאָמיך דערמאָנען, אַז דעם זומער האָט די פּראָקוראַטור פֿון יעקאַטערינבורג אָנערקענט ווי אַן עקסטרעמיסטיש בוך דעם תּנ״ך. דאָס איז געשען אין די ראַמען פֿון אַ רעוויזיע אין אַ ייִדישער שול. די פּראָקוראַטור האָט איבערגעקוקט די ביכער, געניצט בײַם לערנען דעם קורס „ייִדישע טראַדיציע‟, בתוכם דעם תּנ״ך, און געטענהט, אַז דער קורס פֿאַרשפּרייט שׂינאה צווישן פֿעלקער, און איז עקסטרעמיסטיש.

דעם נײַעם געזעץ האָבן די ייִדישע קהילות אויפֿגענומען מיט התלהבֿות. „ער וועט שיצן די הייליקע טעקסטן פֿון אָנגריפֿן און, גלײַכצײַטיק, וועט אָפּשוואַכן די שפּאַנונג אין דער געזעלשאַפֿט,‟ האָט געזאָגט דער צווייטער מענטש אינעם רוסישן חב״ד, ר׳ אַלכּסנדר באָראָדאַ.

פּרעזענטאַציע וועגן מעדעמס בוך זכרונות אויף רוסיש

צוויי ידיעות פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי: דעם 20סטן אָקטאָבער איז דאָרט פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿונעם זכרונות‑בוך פֿון וולאַדימיר מעדעם, וואָס איז אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג אינעם פֿאַרלאַג „נאָווי כראָנאָגראַף‟ (פֿריִער זענען פֿראַגמענטן פֿונעם בוך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער צײַטשריפֿט „לחיים‟, אָבער אין אַ בוך‑פֿאָרעם גייט עס אַרויס צום ערשטן מאָל). מעדעמס אייניקל, אָלגאַ באָריסאָוואַ, האָט דאָס בוך פֿאָרגעשטעלט און דערציילט וועגן מעדעמס לעבן און זײַן טעטיקייט ווי אַ פֿירער פֿונעם „בונד‟.