(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ שווערן אײַנדרוק מאַכט דער מאַרק פֿון אַלטוואַרג, דאַכט זיך, דער גרעסטער אין גאַנץ אייראָפּע. ער פֿאַרנעמט אַ ריזיקן שטח אינעם ראַיאָן פֿון דער אײַזנבאַן־סטאַנציע. פֿון איין זײַט, רײַסט זיך אין הימל אַרײַן דער דענקמאָל לכּבֿוד דעם לעגענדאַרן רויטן גזלן, קאָטאָווסקי אויפֿן פֿערד, און פֿון דער אַנדערער זײַט מאַרק האָט מען נישט לאַנג צוריק אויפֿגעשטעלט אַן אַנדער דענקמאָל — די קרבנות פֿון סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין מאָלדאָווע. זעט אויס, אַז די מוניציפּאַלע מאַכט האָט ווייניק געטראַכט וועגן דעם היסטאָרישן אַספּעקט פֿון די צוויי היפּוכדיקע דענקמעלער, וואָס קוקן אויפֿן נישטיקן לעבן פֿון די הײַנטיקע קעשענעווער אײַנוווינער.
נאָך מער: ס׳האָט זיך געשאַפֿן בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז די מאַכט און דאָס פֿאָלק וווינען אין פֿאַרשידענע וועלטן. דערפֿאַר קומען פֿאָר שיִער נישט יעדן טאָג פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אויפֿן צענטראַלן שטאָט־פּלאַץ פֿון מענטשן, וואָס קאָנען שוין מער נישט אויסהאַלטן די הויכע שטײַערן אויף קאָמונאַלע באַדינונגען, די קאָרופּציע פֿון ביוראָקראַטן און גנבֿות; שוין אָפּגערעדט, וועגן די נידעריקע פּענסיעס און געהאַלטן. כ׳האָב מיט מײַנע אייגענע אויגן געזען הונדערטער געצעלטן, וואָס שטייען שוין דאָ כּמעט צוויי חדשים. די פּראָטעסטירנדיקע טאָגן און נעכטיקן אין זיי, פֿאָדערנדיק, אַז דער פּרעזידענט, פּאַרלאַמענט און די גאַנצע רעגירונג זאָל דעמיסיאָנירן, און עס זאָלן דורכגעפֿירט ווערן נײַע וואַלן.
און דאָך, האָב איך דערזען אין קעשענעוו אַ ליכטיקן שטראַל, כ׳מיין, דעם אינטערנאַציאָנאַלן מוזיקאַלישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אויפֿן נאָמען פֿון דער גרויסער זינגערין מאַריאַ ביעשו. ער קומט יערלעך פֿאָר אָנהייב סעפּטעמבער. איך בין געווען אויף דרײַ אָפּערע־פֿאָרשטעלונגען און זיך געפֿרייט, וואָס עס ווערט נישט אויסגעשעפּט די מאָלדאַווישע ערד פֿון טאַלאַנטן. ס׳האָט זיך אויך פֿאַרגעדענקט דער אָוונט אינעם ייִדישן קולטור־צענטער „קדם‟, געווידמעט דעם 10טן יוביליי פֿון דער אָרגאַניזאַציע. עס גלײבט זיך אַפֿילו נישט, אַז די צײַט איז אַזוי גיך דורכגעלאָפֿן.
און נאָך איין אָרט, וואָס ציט מיך ממש קיין מאָלדאָווע — דער צענטראַלער מאַרק, וואָס איז פֿאַרפֿלייצט מיט געשמאַקע פֿרוכטן און גרינוואַרג, צו וועלכע איך בין אַזוי צוגעוווינט געוואָרן פֿאַר די צענדליקער יאָרן. אמת, די פּרײַזן בײַסן זיך, אָבער דער מעניו פֿון אונדזער טיש, מײַן ווײַב און איך, איז במשך פֿון דעם חודש באַשטאַנען מערסטנס פֿון זאַפֿטיקע, זיסע פּאָמידאָרן און שעפּסענער ברינדזע — טעם גן־עדן! וואָס שייך דעם דעסערט, האָבן מיר זיך צוגעכאַפּט צו די דופֿטיקע פֿערעשקעס, האָניק־זיסע באַרן און פֿלוימען, און אַוודאי, מוסקאַט־ווײַנטרויבן…
מאָלדאָווע איז רײַך מיט שוואַרצערד און ווייכן קלימאַט; דאָס פֿאָלק איז פֿלײַסיק און עס זײַנען דאָ אַלע מעגלעכקייטן צו פֿאַרוואַנדלען דאָס שיינע וועלט־ווינקעלע אין אַן אַנטוויקלט אייראָפּעיִש לאַנד. וויל זיך טאַקע גלייבן, אַז אין מײַן קומענדיקן באַזוך, מירטשעם, וועל איך דאָרט געפֿינען אַ סך ענדערונגען צום גוטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.